לימא – פערו'ס פרעזידענט, פעדרא פאבלא קודזשינסקי, האט נעכטן געמאלדן, אז ער רעזיגנירט פון אמט, נאכדעם וואס ער איז פארכאפט געווארן אין א סעריע קארופציע סקאנדאלן און קרימינאלע באשולדיגונגען. דער 79 יעריגער קודזשינסקי, א געוועזענער באנקיר וועלכער האט א שטיק צייט צוריק געהאט אמעריקאנער בירגערשאפט, ווערט באשולדיגט, אז ער האט געצאלט געלט און אזוי ארום האט ער אפגעקויפט שטימען און זיכער געמאכט אז ער געווינט וואלן. קודזשינסקי האט פארשפראכן, אז ער וועט ארבעטן, אז דער טראנזישאן צו א נייע רעגירונג וועט זיין רואיג און גלאטיג ווי ווייט מעגליך – און מען האט געהערט פון ווייסן הויז, אז א געפלאנטער טראמפ באזוך אין פערו קומענדיגן מאנאט, איז דערווייל נישט אפגערופן געווארן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל