צום ווייניגסטן 39 מענטשן זענען אומגעברענגט געווארן און איבער פופציג אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן פון א באמבע וואס א זעלבסמערדער האט אויפגעריסן ביי א רעליגיעזן בנין אינדרויסן פון דער הויפטשטאט קאבול.
דער זעלבסמערדער האט זיך אויפגעריסן ביי א גרופע פון הונדערטער מענטשן, וואס זענען זיך צוזאמגעקומען צו פייערן דעם אפגאניסטאנער ניי-יאר חגא.
די סוני-איסלאמישע טעראר-גרופע 'אייסיס' האט גענומען אחריות אויף דער אטאקע, וואס האט געצילט א גרופע פון שיאַ-מוסולמענער, וואס די סוני-מוסולמענער באטראכטן אלס 'כופרים' פון איסלאם.
די געביידע וואס די אטאקע האט געצילט איז ספעציעל חשוב ביי די שיא-מוסולמענער פון אפגאניסטאן.
ארום פופצן פראצענט פון דער אפגאניסטאנער באפעלקערונג באשטייט פון שיא-מוסולמענער.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה