סיריע – הונדערטער אנטי-אסאד רעבעלן האבן נעכטן פארלאזט א שטעטל אינעם גועטא ראיאן נעבן דער הויפטשטאט דמשק, איבערגעבנדיג קאנטראל פונעם שטעטל פאר דער סירישער ארמיי, אין א שטארקן קלאפ און סטראטעגישן דורכפאל פאר די רעבעלן. פארשידענע רעבעלן גרופעס האבן קאנטראלירט טיילן פון גועטא פאר א לאנגע צייט, אבער מיט בערך א מאנאט צוריק האט דאס אסאד מיליטער אנגעהויבן א באמבארדירונג קאמפיין, צו ברענגען די רעבעלן'ס קאנטראל פונעם ראיאן צו אן ענדע, און נעכטן איז געווען דער ערשטער צייכן אז דער קאמפיין האט געווירקט. דער פאקט אז די רעבעלן האבן אנגעהויבן פארלאזן גועטא, צייכנט אפ די אסאד מיליטער'ס גרעסטע זיג זינט'ן צוריקגעוואונען אלעפא אין יאר 16'.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל