אין א שטארק-נאציאנאליסטישער רעדע פאר'ן כינעזישן פארלאמענט, האט דער פרעזידענט ארויסגעלייגט זיין אויסקוק פאר'ן לאנד און אונטערגעשטראכן כינע'ס אנטשלאסנקייט צו האלטן דאס לאנד פאראייניגט.

שי דזשינפּינג, וועלכער איז אויסדערוועלט געווארן אלס פירער פון לאנד אין 13', האט אונטערגעשטראכן אז די כינעזישע באפעלקערונג האט פון אייביג אן געשטרעבט צו האלטן דאס לאנד פאראייניגט, און יעדער פרואוו צו צעשפליטערן כינע וועט זיך ענדיגן אין א דורכפאל.

די באמערקונג ווערט געזען ווי א ווארענונג צו אזעלכע ערטער ווי טאיוואן און האנג קאנג, וואו דער געדאנק פון זיך אפרייסן פון כינע איז שטארק פאפולער.

דזשינפּינג האט זיך באזונדערס אפגעשטעלט אויף כינע'ס עקאנאמיע און געזאגט, אז ער וועט פארזיכערן אז דאס לאנד בלייבט אפן און פריינטליך צו יעדן וואס וויל דארט מאכן ביזנעס, און אז אויסלענדישע פירמעס זאלן קענען מצליח זיין אין כינע פונקט ווי די ארטיגע.

דער מעסעדזש קומט אין קאנטראסט צו דער רעטאריק פון פרעזידענט טראמפ, וועלכער רעדט לעצטנס וועגן ארויפשטעלן ספעציעלע אימפארט-שטייערן אויף פראדוקטן וואס ווערן אריינגעברענגט פון אנדערע לענדער.

דער יעצטיגער פרעזידענט וועט ווי עס שיינט בלייבן אויפ'ן אמט פאר אן אומבאשטימטער צייט, נאך דעם וואס דער כינעזישער פארלאמענט האט געשטימט צו באזייטיגן דעם צוויי-טערמין לימיט אויף דער פרעזידענטשאפט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל