פענסילוועניע – א געוועזענער וועטער רעפארטער אין לענקעסטער, פענסילוועניע האט געמאלדן, אז ער וועט לויפן פאר א קאנגרעס זיץ צו רעפרעזענטירן זיין געגנט אין וואשינגטאן די-סי. דער וועטער רעפארטער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דרו ענדערסאן, וואס זיין דזשאב אלס עמיצער וועלכער האלט מיט וועטער פארמאציעס און ברענגט באריכטן איבער דעם – באקאנט אלס "מעטעאראלאגיסט" – איז אים געווען אזוי באליבט, אז מיט א יאר צוריק האט ער לעגאל געטוישט זיין ערשטן נאמען און ער הייסט היינט "מעטעאראלאגיסט דרו ענדערסאן". אויב וועט ער געווינען, וועט ער גאנץ מעגליך זיין דער ערשטער מעטעאראלאגיסט צו דינען אין קאנגרעס, און זיכער וועט ער זיין דער ערשטער מיט'ן נאמען מעטעאראלאגיסט צו דינען אין קאנגרעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל