איבער 180 מיליטערלייט האבן זיך אראפגעלאזט נעכטן איבער די שטאט סעלסבורי אין ענגלאנד, די מיליטערישע עקספערטן זוכן צו דערגיין שפורן פון דעם גיפט וואס איז גענוצט געווארן אין די מארד-פארזוך קעגן דעם רוסישן-בריטישן שפיאן סערגעי סקריפעל און זיין טאכטער, און אזוי ארום דערגיין אויב עס קומט פון רוסלאנד, וואס באדייט אז די קרעמעלין איז געשטאנען דערונטער.

אזוי אויך טוען זיי אויסרייניגן און זיכער מאכן אז עס געפונען זיך מער נישט קיין שפורן פון דעם גאר טויטליכן נערוו גאז אין די געגענט, די עקספערטן וועלכע אויך אויסרייינגן דעם אמבולאנס אין וועלכע מען האט אריינגעפירט סקריפעל אין שפיטאל. אין די זעלבע צייט האט די פאליציי געמאלדן אז דער פאליציאנט וועלכע איז געווען אין א קריטישע צושטאנד נאכדעם וואס ער איז געקומען אין בארירונג מיט די גיפט איז שוין יעצט אין א גוטן צושטאנד און איז וואך און ערהוילט זיך.

דערווייל הערט זיך ווייטער געמאסטענע ווערטער פון די בריטישע רעגירונג וועלכע זוכט נישט צו ארויפווארפן די שולד אויף רוסלאנד ווילאנג די אויספארשונג איז נישט פערטיג, אבער געבן גאנץ קלארע אנדייטונגען אז אויב עס שטעלט זיך ארויס אז רוסלאנד איז געשטאנען דערונטער וועלן זיי עס נעמען גאר ערנסט, א בריטישער מיליטערישע ווארטזאגער האט געזאגט ״אויב א דרויסנדיגע לאנד איז געשטאנען דערונטער איז עס כמעט אזוי ווי א אקט פון מלחמה״.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל