לאנדאן – נעכטן האט מען געהערט איבער א פרישע גזירה קעגן חינוך הבנות אין לאנדאן, ווען עס איז ארויסגערונען צו דער אלגעמיינער מידיא אז א אידישע מיידל שולע אין דער שטאט האט צענזורירט די גוי'אישע ביכער וואס די רעגירונג גיט צו לערנען מיט די מיידלעך, פארמעקנדיג פארשידענע זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן על פי דת משה ויהודית, צי בעניני צניעות צי אנדערע פראבלעמאטישע לעקציעס. ליידער פון די באריכטן אין דער מידיא זעט מען, ווי ס'איז ארויסגערונען מכם ובכם, פון פורקי עול וועלכע האבן גענומען אויף זיך א ציל אונטערצורייסן דעם ערליכן חינוך סיי אין אייראפע און סיי אין אמעריקע, און מען האט שוין טאקע געהערט נעכטן א שארפן סטעיטמענט פון די בריטישע ערציאונג באאמטע, אז זיי וועלן אויספארשן די צענזורירונגען.

בילד

פון לוח היום


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל