א נייע אנקעטע וואס איז נארוואס דורכגעפירט געווארן איבער דעם פרעזידענט'ס צופרידנהייט צושטאנד צווישן דער אמעריקאנער באפעלקערונג ווייזט, אז טראמפ'ס ציפערן האבן זיך עטוואס פארבעסערט.

43 פראצענט אמעריקאנער האלטן אז דער פרעזידענט פירט אויס זיינע פליכטן אויף א צופרידנשטעלנדן אופן, קעגן 53 פראצענט וואס האלטן פארקערט.

דער יעצטיגער אויספרעג, וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך NBC אינאיינעם מיט'ן 'וואל סטריט זשורנאל', ווייזן בעסערע ציפערן פאר'ן פרעזידענט ווי אינעם פארגאנגענעם יאנואר, ווען בלויז 39 פראצענט זענען געווען צופרידן מיט אים.

אין צוזאמהאנג, האבן פופציג פראצענט פון דער באפעלקערונג אויסגעדריקט זיין רצון אז די קאנגרעס-פירערשאפט זאל דורכאויס די 'מידטוירם' וואלן זיין ביי די דעמאקראטן, קעגן פערציג פראצענט וואס ווילן זען א רעפובליקאנער-קאנטראלירטן קאנגרעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל