טראץ וואס מען האלט שוין אינמיטן מערץ קוקט אויס ווי די ווינטער פלאנט נישט צו אפלאזן ניו יארק אזוי שנעל, צוליב די שווערע שנייען און שטורעמס וועלכע האבן היינט באפאלן די שטאט האבן דריי גרויסע לופטליניעס אפגעשטעלט פליה-רייזעס היינט אינדערפרי און אזויפיל ווי 1,431 פליגער רייזעס זענען אנולירט געווארן אין די לעצטע מינוט.

די שטורעם וועלכע איז שוין די צווייטע די וואך האט איבערגעלאזט געוויסע געגענטער אין די טריי-סטעיט ראיאן מיט איבער א פוס שניי, און ווינטן ביז 60 מייל-פער-שטונדע. עס איז באריכטעט געווארן אז צוליב די ווינטן זענען איבער 100,000 ניו יארקער היימען געווארן אויסגעשאלטערט פון עלעקטעריציטעט.

אין ניו יארק איז די סיטואציע פילפאכיג לייכטער ווי אין ניו דשערזי און פענסילוועניע, אין ביידע סטעיטס איז דערקלערט געווארן א ״סטעיט אף עמערדשענסי״ און אין פילאדעלפיע זענען אלע פאבליק שולעס געבליבן געשלאסן היינט און אזוי אויך זענען אלע עמטרעק רייזעס אפגערופן געווארן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל