אהייא – א פארשוין אין סינסינעטי, אהייא איז אנגעקלאגט געווארן פאר'ן צעשלאגן א מאן וועלכער ער האט געמיינט אז יענער איז א איד. דער פארשוין איזמיר קאוטש האט עטליכע וואכן צוריק געפרעגט פארזאמלטע אין א רעסטוראנט ווער עס איז א איד, און ווען איינער האט זיך אויפגעשטעלט זאגן אז ער איז א איד, האט אים קאוטש ברוטאל געשלאגן און שווער פארוואונדעט – וואס באדייט אז ס'איז אומצוויידייטיג אז דער איבערפאל איז געווען אנטיסעמיטיש-מאטיווירט און א האס פארברעך. פראקורארן האבן נעכטן ארויסגעשטעלט קלאגעס קעגן קאוטש, און זיי זאגן אז דער מענטש וועמען ער האט צושלאגן, איז אייגנטליך בכלל נישט געווען א איד, נאר ער האט סתם געוואלט זען וואס קאוטש גייט טאן, דעריבער האט ער זיך ארויסגעשטעלט און געזאגט אז ער איז א איד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל