די דערווייל-הויפט קעגנערין צו גאווערנאר קאומא אין די אונטערקומענדע וואלן, פרוי ניקסאן, האט געלאזט אין גאנג איר פאנדרעיזינג קאמפיין און שנעל איבערגעשטיגן קאומא דורכ'ן אויפטרייבן מער געלט אין איין טאג ווי דעם גאווערנאר אין לויף פון זיבן יאר.

ניקסאנ'ס קאמפיין צילט קלענערע ביישטערונגען פון פשוט'ע מענטשן, און אינעם ערשטן טאג האט זיך באוויזן צו באקומען 2,214 אזעלכע ביישטייערונגען פון צוויי-הונדערט דאלאר און ווייניגער.

דער ניקסאן-קאמפיין האט געניצט די ציפערן אונטערצושטרייכן די גרויסע מאס שטיצע, פון וועלכער די קאנדידאטקע, א לינקע אקטיוויסטקע, געניסט צווישן דער ברייטער שטאטישער באפעלקערונג.

דער קאומא-קאמפיין האט אוועקגעמאכט דעם ענין, באצייכנדיג די זאך אלס א "קליינעם פרט" אינעם קאמפיין.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל