פון יוסי געשטעטנער

אין אונזער פריעדיגע ארטיקל האבן מיר געשריבן אז א ביזנעס, פראדוקט אדער סערוויס מוז האבן א פלאן. אבער אין צוגאב צו א פלאן מוז א ביזנעס האבן א סיסטעם אויך.

בילד


איך בין שוין ב"ה אין פובליק רילעישאנס פאר איבער צען יאר. איך האב שוין סערווירט ביזנעסער, פאליטיקאנטן, ארגאניזאציעס פאר באצאלט און דעם ציבור בחינם אלס עסקנות, אבער אין די פריע יארן האב איך נישט געהאט א סיסטעם וויאזוי אנצונעמען א נייע קליענט. צום ביישפיל ווען איינער האט מיר גערופן אז ער וויל רעדן איבער א ביזנעס, האט איך יענעם גערן אויפגענומען; פארברענגט א שעה צי מער און ב"ה צוליב מיין ערפארונג אין דעם ליין איז דער מענטש ארויס מיט געדאנקן, סטראטעגיע און ידיעות וויאזוי ער זאל ווייטער גיין אנדעם וואס איך זאל ווערן באצאלט א דיים. מיין מהלך איז געווען אז אויב דער מענטשן גלייכט מיינע ידיעות און געדאנקן וועט ער מיר אויפנעמען פאר זיין פראיעקט און דאן וועל איך פארדינען געלט

ב"ה אז ביי געוויסע מענטשן האט זיך עס טאקע אזוי אויסגעארבעט; מיט אנדער האט זיך ארויס געשטעלט אז זיי זענען סתם קלאונס און זיי האבן פארברענגט מיין צייט, און אין געוויסע פעלער האבן מענטשן גענומען מיינע געדאנקן און עס אליינס אויסגעפירט. איך האב מיט די צייט געזען אז צומאל זענען דא יונגעלייט און ביזנעסלייט וואס ווילן בלויז אריין קומען טאקע פאר איינמאל אויסשמועסן זאכן אנדעם וואס זיי זאלן וועלן טאן א פראיעקט. וויאזוי עס זאל נאר זיין האב איך דערלייגט צייט און געלט מיט'ן אויפנעמען מענטשן אזוי

ביז מען האט איינגעפירט א סיסטעם. א מענטש וואס וויל זיך טרעפן צוליב א ביזנעס, פראיעקט אדער קאמפיין, בעט מעט 295 פאר די ערשטע דריי פערטל שעה זיצונג. די צווייטע זיצונג און ווייטער קאסט 200 א דריי פערטל שעה. זעענדיג אז די זיצונגען ציען זיך אייביג צו א שעה אדער מער, האב איך ארויף געריקט די פרייז אז א זיצונג איז 350 פאר א שעה, אבער טייל מענטשן ווילן עס נישט צאלן סאו פרוביר איך צו האלטן די 45 מינוט היבש "שטרענג" ביי די א.ד. פרייז פון 295. אפגעזען וועלכע זיצונג מען נעמט, קען מען נאכשיקן עטליכע פראגן אויף אימעיל און איך פרוביר צו ענטפערן

אויב דער קליענט קען אליינס טאן די זאכן וואס מען האט גערעדט ביים זיצונג אז ער דארף טאן, דאן גוט. אויב דער קליענט האט שוין א מארקעטער וואס יענער מאכט שיינע עדס און טשאשטקעלעך און דער קליענט וויל איך זאל ארבעטן היינט ביי היינט מיט יענעם אויף די פי-אר און מעסעזש, און דער אנדערער טוט די רעקלאמעס, ווידיאוס און וועבזייט, דאן איז אויך גוט. אויב דער קליענט איז אריין געקומען סתם אויסצושמועסן זאכן פאר איינמאל, איז אויך גוט. ווייל איך ווער דאך שוין באצאלט פאר די צייט וואס איך לייג אריין, איז גוט אפגעזען וויאזוי דער קליענט וויל גיין ווייטער

זינט מען האט איינגעפירט דעם סיסטעם איז מען ב"ה פטור געווארן פון די קלאונס וועלכע זענען געקומען דרייען א קאפ און מען האט ב"ה זיצונגען נאר מיט מענטשן וואס זענען שוין אין ביזנעס; מענטשן וואס זענען ערנסט איבער א נייע ביזנעס, און מענטשן וואס זוכן א טויש אין ביזנעס. בקיצור מען טרעפט זיך מיט מענטשן וואס פארשטייען די ווערדט פון אויסשמועסן זאכן מיט איינער וואס האט ב"ה געדיעלט מיט אן ענדלאזע צאל און ענדלאזע סארט ביזנעסער די לעצטע צען יאר. דאס מיינע פריינט איז די אויפטו פון א סיסטעם

בס"ד וועלן דא נאכפאלגן עדיטאריאלן וועלכע אדרעסירן אנגייענדע פאליטישע נייעסן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל