וואשינגטאן – אין א גאר היסטארישע אנטוויקלונג, האט מען געהערט אז דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ וועט זיך טרעפן פאר געשפרעכן מיט'ן צפון קארעאר דיקטאטור קים יאנג אן, וואו מען וועט רעדן איבער דער אישו פון צפון קארעא'ס נוקלעארע וואפנס.

קים יאנג אן האט געשיקט די איינלאדענונג פאר טראמפ, אין א מעסעדזש וואס ער האט געשיקט צו טראמפ דורך א דעלעגאציע פון דרום קארעא דיפלאמאטן, און דאס ווייסע הויז האט נעכטן געזאגט אז טראמפ האט אקצעפטירט, און אז דער צוזאמטרעף וועט פארקומען אין די קומענדיגע 2 מאנאטן.

צפון קארעא זאגט אז זי איז גרייט צו רעדן איבער אויפגעבן אירע נוקלעארע וואפנס, און האבן אין זייער איינלאדענונג גארנישט דערמאנט איבער זייער שטענדיגן אויפברויז איבער געפלאנטע אמעריקאנער מיליטערישע איבונגען מיט דרום קארעא. עס בלייבט נאר איבער צו זען וויאזוי אלעס וועט זיך אויסקאכן אין די קומענדיגע טעג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל