אלבאני – קוועלער אינערהאלב דעם ווידערוויילונג קאמפיין פון ניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומאו דערציילן, אז זיינע געהילפן און פאליטישע סטראטעגיסטן לאכן שטארק אפ פון פרוי סינטיע ניקסאן, וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט אלס ליבעראלע פריימערי קעגנער קעגן קאומאו. די קאומאו סטראטעגיסטן האלטן אז ניקסאן האט נישט די מינדעסטע שאנס צו באקומען העכער די 34 פראצענט וואס קאומאו'ס פריערדיגע ליבעראלע קעגנער, זפייער טיטשאוט, האט באקומען ביי די דעמאקראטישע פריימערי אין יאר 14'. ניקסאן האט אבער אנגעצייגט אז איר קאנדידאטור איז גאר שטארק, אנווייזנדיג אויפ'ן פאקט אז אין די ערשטע 24 שטונדן פון ווען זי האט דערקלערט איר קאנדידאטור פאריגע וואך, האט זי באקומען 2,214 גאר קליינע ביישטייערונגען (200 דאלער און ווייניגער), וואס קאומאו האט אין לויף פון די לעצטע 7 יאר באקומען בלויז 1,369 גאר קליינע ביישטייערונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל