סאקראמענטא – שווארצע מאסן האבן פראטעסטירט און ראיאטירט אין די גאסן פון קאליפארניער הויפטשטאט סאקראמענטא, נאכדעם וואס פאליציי האבן ארויסגעגעבן ווידעא פון א שיסעריי פארגאנגענעם זונטאג, וואו עטליכע פאליציי אפיצירן האבן געשאסן און אומגעברענגט א שווארצן יוגענטליכן – אידענטיפיצירט אלס סטיווען קלארק. דער אינצידענט האט פאסירט ווען די פאליציי האבן באקומען א טעלעפאן רוף איבער א פארשוין וועלכער דרייט זיך ארום און שיסט אויס פענסטערס. ווען זיי זענען אנגעקומען, האבן זיי געזען קלארק אינעם הויף פון א הויז, וואו זיין זיידע וואוינט, און ער האט געהאלטן א שווארצן אביעקט אין זיינע הענט. טראץ וואס ער האט נישט געסטראשעט די אפיצירן, און איז נישט געלאפן אין זייער ריכטונג, האבן זיי אים געשאסן צוואנציג מאל און אומגעברענגט, און למעשה איז דער אביעקט געווען אן אומשולדיגע סעלפאון.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל