די קולטור-קערפערשאפט פון דער יו-ען, 'יונעסקאו', האט דורכאויס די פארלאפענע יארן אין עטליכע פאלן ארויסגערופן א שטורעם, דורכ'ן באצייכענען געוויסע ערטער אין ארץ ישראל בשייכות דער אידישער היסטאריע אלס 'פאלעסטינער ערטער'.

דער לעצטער אזא סקאנדאל איז געווען פאריגעס יאר, ווען יונעסקאו האט קאטעגאריזירט די מערת המכפילה אלס אן "אראביש פלאץ". פריער האט יונעסקאו באצייכנט דעם הר הבית און כותל המערבי אלס איסלאמישע ערטער, און דאס זעלבע האט די קערפערשאפט געטאן מיט פארשידענע היסטארישע און ארכאלאגישע פלעצער אין ארץ ישראל.

יעצט קומען באריכטן אז די פאלעסטינער אראבערס פלאנען צו פארלאנגען פון יונעסקאו צו אנערקענען די מגילות ים המלח אלס זייערס אן אייגנטום.

די מגילות ים המלח באשטייען פון א צאל מגילות און פראגמענטן פון תקופת בית שני, וואס האבן זיך אפגעזוכט אין עטליכע היילן אינעם מדבר יהודה מיט צענדליגער יארן צוריק. צווישן די מגילות האבן זיך אפגעזוכט טיילן פון תנ"ך, עטליכע ספרים חיצונים, ווי אויך חיבורים וועלכע זענען פריער געווען אומבאקאנט און ווערן צוגעשריבן צו דער קריפטישער 'איסיים' סעקטע וואס האט זיך אויפגעהאלטן אין יענער געגנט ביים סוף פון צווייטן בית המקדש.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל