לויט א שטודיע פון די אמעריקאנער ״הארץ געזונטהייט פאראיין״ צייגט אז אין אמעריקע ליידן אזויפיל ווי 85 מיליאן מענטשן פון הויכע בלוט דרוק, דאס איז איבער א פערטל פון די באפעלקערונג, און איבער א דריטל פון אלע ערוואקסענע. און צווישן ערוואקסענע איבער 65 שטייט די צאל ביי איבער צוויי-דריטל.

בלוט דרוק ווערט אפט אנגערופן די ״שטילע מערדער״ וויבאלד עס שפירט זיך נישט שטארק, אבער עס טוט שטייטערהייט אנזייען חורבנות אינעם קערפער, און דעריבער איז וויכטיג צו זיין געווארנט איבער דעם און עס באהאנלדן באצייטנס.

בילד



וואס איז הויך בלוט דרוק
די בלוט וואס לויפט אין אונזערע אדערן און פירט אקסיגאן און שענקט לעבן פאר אונזער קערפער איז אויסגעשטעלט צו לעבן ביי א געוויסע ״ספיד״ וואס ווערט קאנטראלירט דורך די הארץ וועלכע פאפמפ אריין די ריינע בלוט צו די אדערן.
ווען די בלוט לויפט ביי א שנעלער ראטע לייגט דאס א דרוק אויף די ווענט פון די אדערן און בלוט קאנאלן, און קען שעדיגן די אדערן און בלוט ארגאנען. און קען פירן צו אן הארץ אטאקע, סטראוק, און נאך לעבנסגעפארפולע מחלות.

סיסטעל-דיאסטעל
די וועג וויאזוי די הארץ ארבייט איז אז די הארץ קאמערן ציען זיך צונויף און ליידיגט אויס די בלוט, און דאן ברייטערן זיי זיך אויס צו שעפן און רייניגן פרישע בלוט. די שטאפל ווען זי איז צונויפגעדריקט רופט זיך סיאסטעל, און ווען זי ברייטערט זיך אויס רופט זיך דיאסטעל, און די בלוט דרוק ראטע איז אנדערש ביי די צוויי שטאפלן.

די נארמאלע ראטע פון בלוט דרוק איז 120/80 (דיאסטאל/סיסטאל).
מענטשן וואס זייער בלוט דרוק איז צווישן 120-139 סיסטאל, אדער 80-89 אין דיאסטעל זענען מער אויסגעשטעלט צו אנטוויקלן בלוט דרוק, עס רופט זיך ״פרי-הייפערטענשאן״.


דאן זענען דא צוויי שטאפלן:
1. די ראטע פון 140-159 סיסטאל, אדער 90-99 דיאסטעל רופט זיך ״שׁטאפל איין״ הויכע בלוט דרוק, דאס איז נישט געפארפול, נאר דארף רעגולירט ווערן אז עס זאל זיך נישט פארארגערן.


2. די צווייטע שטאפל וועלכע דארף דרינגד באהאנדלט ווערן איז ווען די בלוט דרוק שטייט העכער 100 דיאסטעל אדער איבער 160 אויף די סיסטאל ראטע.

וואס ברענגט הויך בלוט דרוק
עס זענען דא פילע פאקטארן וועלכע ברענגען בלוט דרוק, און אין רוב פעלער איז פארהאן מער ווי איין סיבה דערצו, פאלגנד זענען 10 פאקטארן וועלכע קענען ביישטייערן צו הויכע בלוט דרוק.

 1. יאר-גאנג - ווי עלטער א מענטש איז שטייגט די געפאר פאר הויכע בלוט דרוק.
 2. גענעטיש - בלוט-דרוק לויפט איז טיילמאל א גענעטישע פראבלעם, מען איז מער אויסגעשטעלט דאס צו אנטוויקלן אויב צווישן די פאמיליע מיטגלידער לויפט הויך בלוט דרוק
 3. טעמפארעטור- שטודיעס צייגן אז ווינטער טוען מער מענטשן אנטוויקלען בלוט דרוק פראבלעמען, און ביי טייל מענטשן וואס ליידן דערויף איז זומער א בעסערע צייט.
 4. איבערוואג - א שטארקע פאקטאר אין בלוט דרוק איז איבערוואג, מענטשן וואס זענען איבערוואגיק זענען פיל מער אויסגעשטעלט צו אנטוויקלן א בלוט דרוק פראבלעם.
 5. פוילקייט  - מענטשן וואס זענען ווייניגער אקטיוו פיזיש, און מאכן נישט קיין איבונגען זענען מער אויסגעשטעלט צו אנטוויקלן בלוט-דרוק.
 6. רויכערן - איינע פון די ארגסטע געזונהייט געפארן פון רויכערן איז הויכע בלוט דרוק, די צאל בלוט דרוק ליידנדע צווישן רויכערער איז דראסטיש העכער.
 7. אלקאהאל - מענטשן וואס זענען צוגעוואוינט צום ביטערן טראפ זענען פילפאכיג מער אויסגעשטעלט צו אנטוויקל בלוט-דרוק פראבלעמען.
 8. זאלץ - סאדיום וואס געפונט זיך אין זאלץ איז איינע פון די שטערקסטע ביישטייערער צו די בלוט דרוק עפידעמיע, נוצן א דיעטע רייך אין זאלץ איז א שטארקע געפאר פון בלוט דרוק.
 9. פעטנס - פעטנס איז א קאמפליצירטע נושא, און עס זענען דא מיינונגס פארשידנהייטן צווישן געזונהייט עקספערטן דערוועגן, אבער אלע זענען מסכים אז טרענס פעט איז א שטארקע פאקטאר אין בלוט דרוק.

 10. סטרעס - מענטשן וואס ליידן פון סטרעס און אנעקזייעטי וועלן מיט די צייט אנטוויקלן א בלוט דרוק פראבלעם, שטודיעס צייגן אז מענטשן וואס ארבייטן אין פאזיציעס וואס פאדערט אסאך סטרעס זענען מער אויסגעשטעלט צו ליידן פון בלוט דרוק.

סימפטאמען
עס נעמט טיילמאל פאר מענטשן א לאנגע צייט צו געוואויר ווערן אז זיי ליידן פון א בלוט דרוק פראבלעם, פאלגנד איז א ליסטע פון סימפטאמען וועלכע קענען זיין א סימן אז מען ליידט פון בלוט דרוק און מען דארף זיך ווענדן צו א דאקטאר.

1. כראנישע קאפ ווייטאג
2. קאפ שווינדל און איבלן
3. ברעכן
4. פארטושטע זעה-קראפט
5. אפטע נאז-בלוט
6. שטארקע הארץ-קלאפן
7. אטעמען שוועריגקייטן.

ווען מען ליידט פון איינע אדער פון עטליכע פון די סיממפטאמען איז וויכטיג צו זאפארט גיין צום דאקטאר, אבער ביי עלטערע מענטשן און מענטשן וואס האבן א היסטאריע פון בלוט דרוק אין די פאמיליע איז ראטזאם צו רעגלמעסיג מעסטן די בלוט דרוק אפגעזען אויב מען זעט סימפטאמען אדער נישט.

אינעם קומענדיגן נומער: געזונטע וועגן וויאזוי צו פארמיידן און היילן הויכע בלוט דרוק.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל