מאדריד – די שפאנישע רעגירונג זאגט, אז זיי האבן באשלאסן אויסצוברייטערן און פארלענגערן דעם ספעציעלן פראגראם, ארויסצוהעלפן אידן אפשטאמיגע פונעם גירוש שפאניע, צו באקומען גרינגע בירגערשאפט. אין יאר 2015 האט די שפאנישע רעגירונג באשטעטיגט דאס געזעץ, אז אידן וועלכע שטאמען פון אידן וועלכע זענען פארטריבן געווארן ביים גירוש שפאניע מיט 500 יאר צוריק, וועלן קענען גרינג באקומען שפאנישע בירגערשאפט, און וועלן נישט זיין געצווינגען אויפצוגעבן די בירגערשאפט אינעם אנדערן לאנד וואו זיי וואוינען יעצט. דאס געזעץ איז אריין אין קראפט אקטאבער 2015 און האט געזאלט עקספייערן היי יאר אקטאבער, אבער יעצט האט שפאניע פארלענגערט דאס געזעץ מיט נאך א יאר. אלעס אינאיינעם האבן שוין 6,432 אידן באקומען שפאנישע בירגערשאפט אונטער דעם פראגראם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל