די קורדישע מיליציעס וועלכע קעמפן אינאיינעם מיט אמעריקע קעגן אייסיס אין סיריע האבן געזאגט אז זיי וועלן ענדיגן אלע זייערע אפעראציעס קעגן אייסיס וויבאלד לויט זיי האט אמעריקע זיי ״פארראטן״ מיט׳ן שטיין צו די זייט פון טערקיי אין איר אגרעסיווע אינוואזיע פון די קורדישע טיילן אין סיריע, און די מארד פון הונדערטער קורדן.

די ווארטזאגער פאר די קורידשע מיליציעס זאגן אז זיי וועלן ארויסציען אלע זייערע קרעפטן וועלכע באקעמפן אייסיס און זיי שיקן צום פראנט קעגן טערקיי, די קורדישע קרעפטן זענען די איינציגע אויף וועם אמעריקע האט זיך פולשטענדיג פארלאזט אינעם קאמפ קעגן אייסיס, און זיי שטייען יעצט אויפ׳ן פראנט קעגן די רעשטלעך פון אייסיס אין די דיר-אל-זאהר פראווינץ, און די שריט איז א קלאפ אין די קאמפ קעגן אייסיס וואס האט אויסגעזען ווי מען האלט שוין ביי די ענדע.

די קורדן זאגן אז זיי זענען פארלאזט געווארן דורך די אינטערנאציאנאלע געמיינדע טראץ וואס זיי זענען צום פארדאנקן די מאסיווע זיגן קעגן אייסיס, א פאקט וועלכע אמעריקע האט פולע מאל אנערקענט אין די עפנטליכקייט, דער הויפט קאמאנדיר פון די קורדישע קרעפטן האט געזאגט ״מיר האבן געמאכט דעם באשלוס מיט א שווער הארץ נאכ׳ן זען אז אמעריקע און די אינטערנאציאנאלע געמיינדע טוען גארנישט צו אפשטעלן די טערקישע מאסן מארד אין סיריע״.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל