קענטאקי – פעדעראלע פראקורארן אין קענטאקי האבן געמאלדן, אז א פארשוין וועלכער האט געבויעט פינף מאלאטאוו פלאש באמבעס, מיט'ן ציל עס צו נוצן אין אן אטאקע, איז פאראורטיילט געווארן צו צוואנציג יאר טורמע. דער פארשוין איז אידענטיפיצירט געווארן אלס טרעי אלעקסאנדער לאו (Trey Alexander Gwathney-Law), וועלכער איז געכאפט געווארן אין יאר 2015 ביים בויען פינף מאלאטאוו פלאש באמבעס, וועלכע ער האט געוואלט נוצן דורכצופירן אן אטאקע אויף זיין סקול. מען האט אים באצייטנס ארעסטירט, נאך איידער ער האט געקענט דורכפירן די אטאקע, און אצינד איז ער פאראורטיילט געווארן צו צוואנציג יאר טורמע, אן קיין שאנס צו ווערן באפרייט אינמיטן אויף פאראול.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל