דשאן דאוד, דער הויפט אדוואקאט פאר׳ן פרעזידעט וועלכער האט אים געהאלפן מיט לעגאלע ראט איבער די רוסלאנד אויספארשונג האט היינט געמאלדן אז ער וועט מער נישט ארבייטן פאר׳ן פרעזידענט נאכדעם וואס ער האט נאכאנאנד איגנארירט זיינע אנווייזונגען.

ער האט אין א אפיציעלע סטעיטמענט געשריבן ״איך האב ליב דעם פרעזידעט און איך וואונשט אים דאס בעסטע, אבער איך וועל אים מער נישט פארטרעטן אדער געבן ראט״.

די רעזיגנאציע פונעם פערזענליכן אדוואקאט דשאן דאוד קומט אין א צייט וואס דער פרעזידענט האט געעפנט א דירעקטע פראנט קעגן דעם ספעציעלן אויספאשער ראבערט מיולער, און טוט אים פערזענליך אטאקירן. א זאך וואס ברענגט אומבאקוועמליכקייט אויך צווישן רעפובליקאנער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל