פילאדעלפיע – נעכטן איז קלאר געווארן אז דער דעמאקראטישער קאנדידאט, קאנאר לעמב, האט געזיגט אינעם קאנגרעס פארמעסט אין אכצנטן דיסטריקט אין פענסילוועניע, ארויסשלעפנדיג א גאר שמאלן זיג קעגן דעם רעפובליקאנער קאנדידאט, ריק סעקאון. הונדערט פראצענט פון די וואל פריסינקטס זענען שוין אפגעציילט, און לעמב האט אן אויבערהאנט פון קארגע 627 שטימען. עס זענען נאך געווען פארבליבן עטליכע עבסענטי בעלאט שטימען פון איין קאונטי צו ציילן, אבער ווי לאקאלע עקספערטן האבן געזאגט, זעט נישט אויס ווי סעקאון האט א שאנס צו געווינען גענוג פון די עבסענטי בעלאטס צו קענען זיך דערכאפן פון לעמב און בייקומען זיין אויבערהאנט פון 627 שטימען. לעמב'ס זיג הייבט די דעמאקראטן'ס האפענונג צוריקצוגעווינען קאנטראל פון קאנגרעס און סענאט ביי די מידטוירם וואלן ענדע היי יאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל