איסטאנבול – די טערקישע רעגירונג האט נעכטן דערקלערט, אז זי האט דערגרייכט דעם הויפט ציל פון איר מיליטערישע אונטערנעמונג אין סיריע, ווען אירע זעלנער, אינאיינעם מיט פרא-טערקישע רעבעלן, האבן באוויזן אריינצומארשירן אין צענטער פון דער סירישער שטאט אפרין, און האבן דארטן פארכאפט קאנטראל. טערקיי האט מיט עטליכע וואכן צוריק אריינמארשירט קיין סיריע, וועלנדיג פארטרייבן די קורדן פון אפרין, וויבאלד טערקיי באטראכט די קורדישע אנוועזנהייט אין סיריע אלס א געפאר. די קורדן האבן העפטיג געקעמפט צו פארטיידיגן אפרין און אנהאלטן קאנטראל, אבער נעכטן האבן די טערקן אריינמארשירט און ניטאמאל זיך באגעגנט מיט צופיל קעגנערשאפט. א טערקישע פאן איז אויפגעהויבן געווארן אין צענטער פון שטאט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל