וואשינגטאן – סעם נאנבערג, איינער פון די פריעסטע קאמפיין ראטגעבער פאר פרעזידענט טראמפ, האט באקומען א סובפינע פון ראבערט מוללער, צו ערשיינען פארנט פון מוללער'ס "גרענד דזשורי" אין דער טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, אבער נאנבערג האט נעכטן קלארגעשטעלט אז ער וועט איגנארירן די סובפינע און נישט קומען פאר אן אויפטריט צום גרענד דזשורי. נאנבערג האט נעכטן געגעבן עטליכע ווילדע אינטערוויוען אויף פארשידענע נייעס סטאנציעס, זאגנדיג אז ער פלאנירט צו צערייסן די סובפינע דאקומענט, ביי אן אינטערוויו מיט "בלומבערג ניוז". ער האט אויך קאמענטירט זייער ווילד קעגן טראמפ, זאגנדיג אז עס זעט אויס ווי מוללער האט עפעס ערנסט געפלאנט קעגן טראמפ. נאנבערג האט געזאגט אז ער פארשטייט אויך אז אפזאגן א פעדעראלע סובפינע קען באדייטן אז ער גייט ארעסטירט ווערן, אבער ער קימערט זיך נישט צו ווערן ארעסטירט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל