אינדיאנא – פעדעראלע פראקורארן אין אינדיאנא האבן ארויסגעשטעלט קלאגעס קעגן פיר פארשוינען, וועלכע ווערן באשולדיגט אז זיי האבן גערויבט 125 טויזנט דאלאר, בשעת'ן אנפירן מיט צוויי פאלשע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס פאר אמעריקאנער מיליטערישע וועטעראנען. לויט די אפיציעלע געריכט דאקומענטן וואס די פראקורארן האבן ארויסגעשטעלט, האבן די פיר פארשוינען, ווערנדיג אנגעפירט דורך דזשעימס לינוויעל, באוויזן איבערצוצייגן העכער טויזנט מענטשן און ביזנעסער, צו ביישטייערן צו די "וואונדעד וואריער פאונד" און די "וואונדעד וואריער פאונדעישאן". ביישטייערער האבן געמיינט אז זיי געבן געלט פאר די בארימטע און לעגיטימע "וואונדעד וואריער פראדזשעקט", אבער האבן עכט געגעבן די געלטער פאר די 2 פאלשע ארגאניזאציעס וואס די שווינדלער האבן אנגעפירט. די שווינדלער שטייען אויס 20 יאר טורמע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל