צוקער - א שעדליכע סם!

די וועלט פון דיעטע איז קאמפליציערט, עס זענען דא טויזנטער מיינונגען איבער וועלכע דיעטע איז געזונט, וואס איז די בעסטע און מערסט נארהאפטיגע לעבנסשטייגער, אבער עס איז דא איין זאך אויף וואס אלע געזונטהייט עקספערטן זענען מסכים, מיר עסן צופיל צוקער!

צוקער איז א סובסטאנץ וואס מיר דארפן האבן גאר ווייניג דערפון פאר אונזער קערפערליכע פונקציעס, אבער מיר שטאפן זיך דערמיט אין הויכע דאזעס, א זאך וואס שעדיגן די מאגן, ברענגט איבערוואג, מידעקייט, און פארעלטערט אונז ביי א שנעלערע ראטע.

ווען מען זוכט וועגן צו פירן וויאזוי צו פירן א געזונטערע לעבנסשטייגער זענען אלע העלט עקספערטן ביי די מיינונג אז די געזונטסטע און מערסט עפעקטיווע טויש וואס מען קען מאכן איז אראפגיין פון צוקער.

 בילד



צוקער - אן עדיקציע
די פראבלעם פון צוקער איז צווייפאכיג, סיי אז עס מאכט חורבנות אינעם קערפער, און סיי אז עס איז זייער עדיקטיוו און עס איז שווער זיך צו אפגעוואוינען דערפון גרינגערהייט. אבער די גוטע נייעס איז אז נאך א קורצע צייט וואס מען שטארקט זיך איבער די תאווה צו צוקער טוט זיך די קערפער גרינגט אפגעוואוינען דערפון און מען דארף עס מער נישט אזוי שטארק.

וויאזוי צו ״אראפגיין פון צוקער״
פילע מענטשן פרובירן צו פארמינערן די צאל צוקער וואס זייער קערפער נעמט אריין, מען לייגט אריין בלויז א האלב לעפל צוקער אין די קאווע, און מען עסט נישט קיין אייז קריעם. אבער שטודיעס צייגן אז געווענליך שפרונטג מען צוריק צו די אלטע געוואוינהייטן גאנץ שנעל.

עקספערטן טוען דערפאר ראטן צו גענצליך אויסשליסן צוקער פון די דיעטע פאר א קורצע צייט, דאס איז זייער שווער, עס באדייט נישט עסן קיין קוכן, קיין ברויט וואס האט צוקער, קיין זיסע געטראנקן, און אויך נישט קיין וויין אדער בראנפן.
געוויסע זאגן נאך מער, אז אין די ערשטע צייט זאל מען אויך פארמיידן נאטורליכע צוקער, ווי פרוכט און גרינצייגט מיט א הויכע מאס צוקער. און אזוי אויך ווייסע מעל (וועלכע איז סטארטש, וואס די קערפער פראדוצירט דערפון צוקער)


אזא צוגאנג איז טאקע זייער שווער, אבער נאך א קורצע צייט קומט די געוואונטשענע רעזולטאטן, מענשטן וואס האבן דאס פרובירט זאגן אז מען באקומט צוריק א דראמאטישע ״חוש הטעם״ נאך א קורצע צייט הייבט מען אן שפירן א נייע טעם אין א פשוט שטיקל פלייש אדער גרינצייג, און די קערפער פאדערט מער נישט די פאלשע סטימולאציע פון צוקער.

סייענטיסטן טרעפן א וועג צו ״איינשלעפן״ הונגער נערוו
ווי עס שיינט איז דאס די פרישע דורכברוך אין די וועלט פון דיעטע און וואג פארלוסט. וויסנשאפטלער זענען אויפגעקומען מיט א וועג צו איינשלעפן דעם נערוו אין די רוקן וועלכע איז פארבינדען צום קעמערל אין מח וועלכע שיקט הונגער סיגנאלן.

די עקספירימענט איז דורכגעפירט געווארן אויף צען מענטשן וועלכע ליידן אויף איבערוואג, און דורך אריינשטעכן א נאדל צו די נערוו פון הונגער און איינשפריצן א פרירונג סובסטאנץ. אלע צען זענען דראסטיש אפגעפאלן אין וואג אין בלויז איין וואך.


עס קען נאך נעמען יארן ביז די סיסטעם ווערט אנטוויקלט געהעריג און באשטעטיגט דורך די פעדעראלע אגענטורן. אבער עקספערטן זענען גאר ענטוזיאסטיש דערוועגן און זאגן אז דאס וועט מעגליך ווערן די מערסט פאפולארע וועג פון באהאנדלן איבערוואג אן קיין אפעראציעס.

דורכברוך אין באהאנדלונג פון פינאט אלערגיע
א לעגנערע מעדיצינישע שטודיע איבער א וואקסין פאר פינאט אלערגיעס צייגט גאר ונסטיגע רעזולטאטן, און איז גוטע נייעס פאר די וועלכע ליידן פון דעם אלערגיע וועלכע באטרעפט איינס פון יעדע 70 קינדער, און איינס פון יעדע 160 ערוואקסענע.

דאקטוירים האבן אין לויף פון א לעגנערע צייט געגעבן פאר א גרופע וועלכע ליידן שטארק פון די אלערגיע פילן וועלכע האבן אנטהאלטן א גאר קליינע דאזע פון פינאט פראוטין, און מיט די צייט געהעכערט די דאזע צוביסלעך.

נאך 6 חדשים פון די באהאנדלונג האבן מען געגעבן פינאטס פאר די 29 באטייליגטע, און די שטוינענדע רעזולטאט האט געצייגט אז 80% פון זיי האבן נישט געוויזן קיין שום רעאקציע, און אויך ביי די אנדערע 20% זענען די סימפטאמען געווען מילדער.


די שטודיע האט אין די זעלבע צייט אויך געהאט א צווייטע גרופע פון 29 אלערגיע ליידנדע וועלכע האבן באקומען פלאסיבא (פאלשע פילן, און זיי ווייסן נישט ווער באקומט די פאלשע און ווער די ריכטיגע) און צווישן זיי האבן איבער 82% געצייגט שווערע אלערגיע רעאקציעס.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל