פאלעסטינער פרעזידענט 'מחמוד אבאס' האט נעכטן אין א ספעציעלע רעדע פאר די הויכראנגיקע שישקעס פון דער פאטאך ארגעניזאציע, וועלכע פארמירט למעשה 'דע פאקטא' די אפיציעלע PA רעגירונג, אויפגערעגטערהייט זיך געגעבן א רוף אן, אז דער אמעריקאנער אמבאסאדאר צו דער ראיאן 'דעוויד פריעדמאן' איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי "א זון פון א הונט". די דאזיגע קאמענטארן האבן באלד אויפגעשאקלט די פאליטישע וועלט, און האט געשיקט ווילדע פאליטישע כוואליעס פון ראמאלא ביז ירושלים ביז דער ווייסע הויז אין וואשינגטאן. ארויסגייענדיגער סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן, האט געזאגט אין א געזעגענונג'ס אינטערוויא צו פאקס ניוז, אז אזעלכע קאמענטארן צו א אפיציעלע אמעריקאנער אמבאסאדאר איז אומאקצערטירבאר, און אז ער האט גערעדט צו פרעזידענט טראמפ היינט אינדערפרי דערוועגן, און דער פרעזידענט באטראכט ערנסט אינגאנצן אפצוהאקן די אמעריקאנע געלט שטיצע פון די פאלעסטינער, נאך אזעלכע געמיינע "רימארק'ס".

בילד



אבאס האט זיך באצויגן צו די אומאויפהערליכע נייעס באריכטן, אז עס פארמירט זיך אין די טעג א נייע שלום פלאן, וועלכע ווערט אויסגעהאמערט צווישן דער ווייסע הויז און די סאודיער קעניגרייך, לויט ערשטע באריכטן פונעם געהיימע שלום פלאן איז עס שטארק געבויגן אינעם ריכטונג פון די איזראעלישע אינטערעס'ן, צום ביישפיל עס לאזט איבער דער גאנצער ירושלים אומגעגענט אין די הענט פון די איזראעליס, גייענדיג אין די פיסטריט פון טראמפ'ס איינערקענונג, און עס לאזט אויך איבער רוב גרעסערע זידלונגען אומבארירט, און געט בלויז פאר די פאלעסטינער א צושפליטערטע שטח וואס באשטייט בעיקר פון אזעלכע שטחים וואס זיי קאנטראלירן שוין סיי ווי. אבאס האט זיך באצויגן צו די באריכטן א אויפגעברויזטער, זאגענדיג: "איך וועל נישט געבן מיין הסכמה צו קיין שום שלום פלאן וואס איז איינזייטיג געבויגן לטובת די אינטערעסן פון מדינת ישראל".

אבאס האט ממשיך געווען רעטאריש, זאגענדיג סארקאסטיש: "פולע פרעגן מיך פארוואס איך פאר נישט אראפ קיין וואשינגטאן, אנטייל צו נעמען אין דעם שלום פראצעס, און קלאר ארויסזאגן פאר טראמפ וועלכע זאכן מיר וועלן אראפשלונגען און פון וועלכע זאכן עס איז אפילו נישטא פון וואס צו רעדן", האב איך זיי געענטפערט: "דאס ווילן טאקע די אמעריקאנער...! אז איך זאל אראפקומען קיין וואשינגטאן פאר געשפרעכן, און אזוי ארום וועלן זיי מיר קענען אריינכאפן אין נעץ, און אפשר אפילו ארויסווישן פון מיר א חתימה אז איך בין מסכים צו דער נייע שלום פלאן" אבער היינט נאכט זאג איך זיי אין א 'פרי עמטיוו' סטעיטמענט, "ניין! איך וועל נישט געבן מיין האנט צו אזעלכע בייזוויליגע פלענער", "עס איז א שאד ענקער מיה, שפארט אייערע כוחות, וויל איך וועל עס סיי ווי נישט אנעמען".

אבאס האט ממשיך געווען צו האקן אויף די שלום פלאן, זאגענדיג: "שטעלט אייך פאר, זיי ווילן לאזן אין שפאן רוב פון די גרויסע זידלונגען, וואס פאר סארט פאלעסטינער לאנד איז דאס? אז מיר וועלן האבן אין א יעדע ווינקל גרויסע זידלונגען אנגעפאקט מיט טויזענטער מתנחלים"? און איר ווייסט וואס נאך? דער אפיציעלע אמעריקאנע אמבאסאדאר צו אונז, איז גאר א געוועזענע מתנחל, און ער איז 'פאניע בראד' מיט אלע הויכע שישקעס פון די מתנחלים, ער איז "א זון פון א הונט". אבאס האט אויך גאר שטארק פארדאמט די אטאקע פון לעצטע וואך אין עזה, ווי א באמבע האט אויפגעריסן פונקט ווען איר פרעמיער מיניסטער איז אריבערגעפארן מיט זיין קאנוואי, סטראשענענדיג גאר הארב חאמאס, אז די PA וועט נישט פארשווייגן אזעלכע סארט אטאקעס, און אז ער באטראכט יעצט וואס פאר א סארט שטראפן ער זאל אנעמען אקעגן זיי.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל