דעמאקראטישער קאנגרעסמאן טאם סואוזי איז געקומען אונטער קריטיק נאכ'ן אנווייזן אז אמעריקאנער בירגער זאלן אויסניצן די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן וואס דערלויבט זיך צו באוואפענען און עס ניצן קעגן דעם פרעזידענט אין פאל ער איז עובר אויפ'ן געזעץ.

סואוזי האט די באמערקונג געלאזט פאלן דורכאויס אן עפנטליכע פארזאמלונג פאר איינוואוינערס פון האנטינגטאן, לאנג איילאנד, וועמען ער פארטרעט.

"דאס איז דאך נאך אלעם די סיבה פאר'ן צווייטן אמענדמענט, ווייל וואס וועט זיין אויב דער פרעזידענט וועט אפמאכן זיך נישט צו רעכענען מיט'ן געריכט? וואס וואלט איר געטאן? וואס וואלטן מיר געטאן?" האט ער געפרעגט.

רעפובליקאנער האבן אראפגעריסן סואוזי פאר'ן "רופן צו גוואלדטאטן קעגן דעם פרעזידענט," אבער דער קאנגרעסמאן האט זיך פארטיידיגט און געזאגט אז ער האט בסך הכל אויסגעשמועסט דעם צווייטן אמענדמענט און די סיבה פארוואס די גרינדערס פון די פאראייניגטע שטאטן האבן דאס אריינגעשטעלט אין דער קאנסטיטוציע.

בילד
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל