אריזאנע – איבער דרייסיג אומלעגאלע אימיגראנטן זענען ארעסטירט געווארן נעכטן, נאכדעם וואס פעדעראלע אימיגראציע אגענטן זענען איבערגעפאלן א געביידע אין פיניקס, אריזאנע, וואו זיי האבן זיך אויפגעהאלטן. א ווארטזאגער פאר דער אימיגראציע און קאסטומס ענפארסמענט אגענטור, באקאנט אלס "אייס", האט געזאגט אז די ארעסטן זענען געקומען נאכדעם וואס א שכן נעבן דער געביידע האט אלארמירט די אויטאריטעטן אז ער פארדעכטיכט דארטן אומלעגאלע אימיגראנטן שמוגלעריי אקטיוויטעטן. די פעדעראלע באאמטע זאגן אז די 34 ארעסטירטע אומלעגאלע אימיגראנטן זענען געווען פון דריי באזונדערע לענדער, 27 גואטאמאלער, 5 מעקסיקאנער און 2 האנדורעסער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל