פלארידע – פראקורארן אין פלארידע האבן נעכטן געזאגט, אז זיי וועלן זוכן צו באקומען א טויט שטראף אורטייל אויף ניקאלעס קרוז, דער פארשוין וועלכער האט דורכגעפירט די קאלטבלוטיגע שיסעריי אויף דער לאקאלער פארקלענד שולע, פון וואס 17 זענען אומגעקומען. מייקל סאנטז, א פראקוראר אין בראוערד קאונטי, האט אריינגעגעבן א נאטיץ איבער דעם אין לאקאלן געריכט, וועלכע וועט ווארשיינליך אנפירן מיט'ן פראצעס קעגן קרוז, וואס א דאטום דערפאר איז נאכנישט דא. די מעלדונג אז די פראקורארן וועלן פארלאנגען טויט שטראף, קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס קרוז איז אפיציעל אנגעקלאגט געווארן דורך א "גרענד דזשורי" מיט זיבעצן פון די הארבסטע סארט מארד קלאגעס, און סטודענטן איבערלעבער פון דער שיסעריי האבן נעכטן באגריסט דעם באשלוס פון די פראקורארן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל