פענסילוועניע – אמעריקאנער אייזן אינדוסטריע עקספערטן זענען ארויסגעקומען קעגן טראמפ׳ס פלאן ארויפצושטעלן שטייערן אויף אייזן אימפארטס פון אנדערע לענדער. טראמפ זאגט אז דער פלאן וועט העלפן די אייזן אינדוסטריע, ווייל ווייניגער אייזן וועט אריינקומען פון אויסלאנד, און אמעריקאנער אייזן פראדוצירער וועלן קענען פראדוצירן מער און פארדינען מער. אבער למעשה זאגן אייזן אינדוסטריע באאמטע, אז טראמפ׳ס פלאן וועט צווינגען צו שניידן טויזנטער אמעריקאנער דזשאבס. אזעלכע פאבריקן ווי איינס אין פערעל, פענסילוועניע, פראדוצירן נישט אליינס קיין אייזן, נאר זיי באקומען פון אויסלאנד גאר ביליגע רויע אייזן, און זיי פארמירן דאס און ארבעטן עס אויס, און פארקויפן זיי דערנאך פאר טייערער. מיט טראמפ׳ס פלאן, וועט זיי קאסטן גאר אסאך געלט אריינצוברענגען די ביליגע אויסלענדישע אייזן, און זיי וועלן דעריבער זיין געצוואונגען זיך צו שפּאָרן געלט, דורכן אויפזאגן ארבעטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל