די טערקישע קרעפטן האבן היינט אפגעצייכנט זייער ערשטע שטארקע זיג מיט׳ן אייננעמען די קורדישע שטאט ״דשינדערעס״ וועלכע איז א שליסל צו איבערנעמען קאנטראל איבערן קורדישן אפרין ראיאן, און דערמיט אפגעצייכנט א וויכטיגע שטאפל אינעם אפעראציע וואס האלט שוין אן באלד צוויי מאנאטן און האט שוין געקאסט איבער טויזנט לעבנס. די טערקן האבן זיך נישט געראכטן אויף די שטארקע קורדישע ווידערשטאנד און די אפעראציע גייט דערווייל פיל שטייטער ווי געפלאנט.

דער טערקישער פרעזידענט האט געזאגט אז די נעקסטע שטאפל איז צו איינעמען דעם הויפטשטאט פונעם ראיאן, און פארשפראכן אז די מיסיע פון אויסרייניגן דעם געגענט פון טעראר וועט זיין פערטיג ביז קומענדיג מאי, טערקישע באאמטע האבן אנגעדייטעט אז טערקיי זוכט צו אויפשטעלן דארט א גרעניץ פאטראל דיוויזיע פון סיריער מיליציעס וועלכע זענען לויאל צו טערקיי.


בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל