פלארידע – אין סעפטעמבער יאר 16', האבן סקול באאמטע און איין פאליציי אפיציר אין פארקלענד, פלארידע געזאגט, אז זיי רעקאמענדירן אז ניקאלעס קרוז (וועלכער האט דורכגעפירט די שולע שיסעריי עטליכע וואכן צוריק) זאל געצווינגענערהייט ווערן אריינגעשטעלט אין א שפיטאל פאר גייסטישע אונטערזוכונג, אבער זייער רעקאמענדאציע איז קיינמאל נישט אויסגעפירט געווארן. די פרישע דעטאלן ווערן אויפגעדעקט אין א באריכט פון די "אסאשיעטעד פּרעס", וועלכע ברענגט ארויס אז דאס צייגט אז לאקאלע סקול באאמטע און פאליציי באאמטע האבן גוט געוואוסט איבער'ן שוואכן גייסטישן צושטאנד פון קרוז, און אויך ווערט ארויסגעברענגט אז אויב וואלט קרוז אריבער די גייסטישע טעסטן, וואלט ער זיכער נישט געקענט אזוי גרינג קויפן וואפנס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל