קאליפארניע – א פעדעראלער ריכטער אין קאליפארניע האט געאורטיילט, אז די יאהו טעכנאלאגיע פירמע קען ווערן אנגעקלאגט פאר פארנאכלעסיגונג, אין פארבינדונג מיט די מאסיווע העקערייען וואס זי האט געליטן צווישן די יארן פון 13' און 16'. יאהו האט פאראיאר אויפגעדעקט פאר'ן פובליק, אז צווישן די יארן איז זי געהעקט געווארן עטליכע מאל, ווען די העקערס האבן גערויבט פריוואטע אימעיל אקאונט אינפארמאציע און נאך האקעלע פיילס, און יאהו האט געזאגט אז אלע אירע דריי ביליאן באנוצער זענען אפעקטירט געווארן. יאהו ווערט דעריבער געקלאגט אין א גרויסע "קלעס עקשאן" אנקלאגע, דורך פילע וועלכע זענען אפעקטירט געווארן פון די העקערייען, נאר די פירמע האט פרובירט צו טענה'ן די גאנצע צייט, אז זי קען נישט געקלאגט ווערן פאר פארנאכלעסיגונג, ווייל זי האט נאכאנאנד געטאן שריט צו בלאקירן די העקערס, האט אבער א ריכטער אצינד געזאגט אז יאהו קען יא געקלאגט ווערן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל