לאנדאן – א רעטייערטער פארשוין וועלכער האט געוואוינט פרידליך אין ענגלאנד ביז זיין טויט פאראיאר, איז אויסגעפארשט געווארן דורך פראקורארן אין דייטשלאנד פאר מעגליכע פארברעכנס ביים צווייטן וועלט קריג – לויט א פרישע אויפדעקונג. די רעדע איז פון סטאניסלאו טשערנאווסקי, וועלכער האט געוואוינט אין די לעצטע יארן אין שראפשייער, ענגלאנד, און אצינד הערט מען אז פראקורארן אין מינכען, דייטשלאנד האבן אים געפארשט איבער זיין פארבינדונג מיט מארדן פון ציווילע איינוואוינער אין דער שטאט סלאנים, בעלארוס. עס איז נישט קלאר צי טשערנאווסקי האט דירעקט געצילט אידן מיט זיינע מארדן, אבער עס איז שטארק מעגליך אז אידן זענען געווען צווישן זיינע קרבנות, נעמענדיג אין באטראכט אז סלאנים איז געווען א בליענדיגע אידישע שטאט בעפאר'ן קריג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל