ספעציעלע שליח צו דער מיטל מזרח 'דזשעיסאן גרינבלאט' האט נעכטן אין אן אפיציעלע סטעיטמענט געזאגט אז אמעריקע און ספעציפיש די טראמפ אדמיניסטראציע איז נאך אלט'ס פארפליכטעט צו ברענגען א דויערהאפטע שלום פלאן צו דער מיטל מזרח, דאס איז טראץ די גאר חוצפדיגע רייד פון דער פאלעסטינער פרעזידענט מחמוד אבאס אקעגן דער אמעריקאנער אמבאסאדאר 'דעוויד פריעדמאן', אין וועלכע אבאס האט אים אנגערופן 'א זון פון א הונט'. דשעיסאן האט געזאגט אז אמעריקע מאכט זיך נישט צוטון פון די אלע באליידיגונגען, און לייגט אריין מורא'דיגע כוחות אויסצוארבעטן א שלום פלאן פון וואס ביידע זייטן וועלן צום סוף זיין שטארק צופרידן, ער האט צוגעענדיגט זיין סטעיטמענט זאגענדיג, אז ער איז שטארק קאנפידענט אז די פאלעסטינער וועלן יא אקצעפטירן די אמעריקאנע שלום פלאן, דאס איז טראץ אבאס'ס קלארע רייד אז ער וועט דאס בשום אין אופן נישט אנעמען.

דשעיסאן האט צווישן אנדערע רייד געזאגט: "די פאלעסטינער פירן זיך אויף ווי א געספוילטע בן יחיד, וואס האט צום ערשטן מאל אין זיין לעבן געהערט דאס ווארט 'ניין'...! פאר יארן טוט די אמעריקאנע רעגירונג שטאפן די פאלעסטינער אוטאריטעט מיט מיליאנען דאלארן, און מיט נאך מיליאנען דאלארן דורך פארשידענע יו. ען. הילפס געלטער, און אלעס וואס אמעריקע האט געקריגן אויף צוריק במשך די יארן איז געווען, נאך פאדערונגען און נאך פארלאנגען. מיט קיין שום זאך האבן זיי זיך נישט צוגעשטעלט צו אמעריקאנע אינטערעסן, נישט מיט'ן אויפהערן צו שטיצן טעראר, נישט מיט'ן אויפהערן צו צאלן פאר משפחות פון טעראריסטן, נישט מיט'ן אויפהערן צו פרעדיגן טעראר, און אזוי אויך נישט צו זיין וויליג צו אנערקענען אין מדינת ישראל, מיט קיין שום זאך האבן זיי זיך נישט צוגעשטעלט צו אמעריקע, און אמעריקע האט זיי ווייטער געליפערט די מיליאנען אן קיין שאלות, ממילא קומט אויס אז מיר האבן זיי געספוילט..., און ענדליך יעצט ווען עס קומט א פרעזידענט וואס דערליידט נישט קיין באלאוני.. און וויל זען עפעס קאנקרעטע שריט מצד די פאלעסטינער, און וויל זען אמת'ע פארשריט פאר זיין געלט, און ער איז באמת גרייט צו רוקן זאכן, און נישט נאר שיין צו שמייכלען און גארנישט טון, ווייסן זיי נישט ווי אזוי עס צו עסן, און דעריבער הייבן זיי אן צו ווערן אינגאנצן ציווילדעוועט, און טוען ווילדע זאכן".

דשעיסאן איז ווייטער ממשיך: "אבער טראץ דאס אלעם, און טראץ די פארשעמענדע ווערטער וואס איז געלאזט געווארן אקעגן מיין קאלעגע דער אמבאסאדאר פריעדמאן, בין איך נאך אלט'ס פארפליכטעט צו שלום, און איך ארבעט 'אובערטיים' אויסצוארבעטן א דיל וואס ביידע זייטן וועלן קענען אראפשלונגען, און איך בין זייער פארזיכערט אין דער סוקסעס פון דער שלום, און איך בין שטארק קאנפידענט אז טראץ וואס אבאס שרייט יעצט אז ניין, אבער צום סוף וועט עס א יעדער אנעמען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל