אמסטערדאם – א מערהייט וויילער אין האלאנד האבן געשטימט קעגן א פלאן פון דער ארטיגער רעגירונג צו געבן מער מאכט פאר די האלאנדישע שפיאנאזש אגענטורן. דער רעפערענדום איז פאררופן געווארן דורך פרעמיער מיניסטער מארק ראוט, וועלכער האט געוואלט געבן מער מאכט פאר די שפיאנאזש אגענטורן, אז זיי זאלן קענען זאמלען הויפענעס אינפארמאציע פון אינטערנעט באנוץ אין לאנד, מיט'ן ציל אויפצוכאפן טעראר אטאקע פלענער נאך איידער זיי פאסירן. דער ציל פונעם רעפערענדום איז געווען צו זען צי בירגער זענען גרייט טיילווייז אויפצוגעבן זייער אינפארמאציע-פרייהייט רעכטן, אבער א מערהייט וויילער האבן עס צוריקגעוויזן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל