די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע האט נעכטן באגריסט די ענדגילטיגע אפמאך וואס איז געשלאסן געווארן צווישן בריטאניע און די אייראפעישע פאראיין איבער א ״טראניזציע פעריאד״ פון 21 מאנאטן נאכדעם וואס בריטאניע פארלאזט דעם אייראפעישן פאראיין, וואס וועט העלפן ביזנעסער זיך צופאסן צו די ניי געשאפענע סיטואציע.

אונטער דעם אפמאך וועלן בריטישע ביזענסער געניסן פון מיטגלידערשאפט אין די אייראפעישע מארקעטס ביז דעצמבער 2020, 21 מאנאטן נאכדעם וואס בריטאניע טוט אפיציעל פארלאזן דעם פאראיין אין מערץ 2019, אבער בריטאניע וועט נישט זיין קיין טייל פון די אייראפעישע פארליאמענט אדער קאנסיל און וועט נישט האבן קיין שטים רעכטן.

דערווייל בלייבט איבער אפן די פראבלעם פון א גרעניץ אין איירלאנד, ברעקזיט האט געשאפן א סיטואציע אז צפון איירלאנד בלייבט אין בריטאניע און די דרום איירלאנד איז א טייל פון אייראפע, און ביידע זייטן האבן איינגעשטימט אז מען קען נישט צוטיילן דאס לאנד מיט א גרעניץ, און עס בלייבט איבער צו אויפקומען מיט א לעזונג וויאזוי זיך צו ספראווען מיט דעם אפענע גרעניץ נאך ברעקזיט.

בילד.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל