פראנקרייך – דער קערפער פון א אידישער פרוי, א מלחמה איבערלעבערין, איז געפונען געווארן נישט-לעבעדיג אין איר היים אין פאריז, און האט אלע צייכענעס פון א ברוטאלער אנטיסעמיטישער אטאקע, לויט די פאליציי.

ווי די לאקאלע פאריזער מידיא גיט איבער, איז די רעדע פון מרת מירל ק. ע"ה, א 85 יעריגע איבערלעבערין פונעם צווייטן וועלט קריג, וועלכע וואוינט שוין יארן אויף דער פיליפע אוגוסט גאס אינעם עלפטן דיסטריקט אין פאריז, און איר קערפער האט מען געפונען אויף א שרעקליכן פארנעם.

דער מערדער, וואס די פאליציי האלט שוין א פארדעכטיגטן אונטער ארעסט, האט אונטערגעצונדן א פייער אין מרת ק.'ס היים, און אויך איר אטאקירט מיט א מעסער, און זי איז געשטארבן פון די שטעכערייען און ברען-וואונדן, ה' ירחם. די פאליציי האט פארשפראכן נישט צו רוען ביז די שולדיגע ווערן געברענגט צו יוסטיץ.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל