נוארק – געזונטהייט אויטאריטעטן אין ניו דזשערסי, האבן געווארנט רייזנדע אינעם נוארק אינטערנעשאנעל לופטפעלד, אז זיי זענען מעגליך געווען אויסגעשטעלט צו די מיזעלס ווירוס. די באאמטע זאגן, אז א יונג קינד, וועלכע איז געווען אנגעשטעקט מיט די ווירוס, איז פארלאפענעם מאנטאג אנגעקומען פון בריסל, בעלגיע צום נוארק לופטפעלד, פליענדיג נאכדעם קיין מעמפיס, טענעסי, און דעריבער איז מעגליך אז יעדער וואס האט זיך געפונען די וואך מאנטאג אינעם נוארק לופטפעלד, האט אריבערגעכאפט די מיזעלס ווירוס אויף זיך. די אויטאריטעטן זאגן אז מען זאל שטיין אויף דער וואך, ווייל סימפטאמען קענען אנקומען אזוי שפעט ווי 3 וואכן נאכ'ן קומען אין באריר מיט די ווירוס, דאס הייסט אז ביז אפריל 2 למספרם זאל מען זיין באזונדער וואכזאם איבער סיי וועלכע ווירוס סימפטאמען, און גלייך זוכן מעדיצינישע הילף.

בילד



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל