באסטאן – גרויסע אמעריקאנער לופטליניעס נעמען אויף גאר אסאך פרישע פילאטן, וואס די סארט זאך האט מען נאכנישט געזען זינט בעפאר די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, און די זוכעניש פון לופטליניעס פאר פרישע פילאטן, ברענגט א נייעם רייץ ביי סטודענטן אין אוניווערסיטעטן איבער'ן לאנד, צו באטראכטן אוויאציע אלס זייער צוקונפטיגע קאריערע. לויט'ן "אסאסיעטעד פרעס" באריכט, קומט דאס אלס רעזולטאט פון דעם וואס די אמעריקאנער אוויאציע אינדוסטריע האט זיך שוין כמעט גענצליך ערהוילט פון די פראבלעמען וואס די פליען-שרעק פון דער "נאך סעפטעמבער עלעווען" עפאכע האט געברענגט, און א שאצונג פון "באואינג" צייגט אז אמעריקאנער לופטליניעס וועלן דארפן פון יעצט ביז יאר 036' אויפנעמען פרישע 117,000 פילאטן. אן אינטערנאציאנאלער פילאט קען פארדינען 300,000 דאלאר יערליך, אבער די טרענירונגען זענען טייער – בערך 100,000 דאלאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל