לאנדאן – דאקומענטן אינערהאלב דער בריטישע רעגירונג צייגן, אז דאס לעצטע מאל וואס מען האט דורכגעפירט א יוסטיץ איבערזיכט אויף די רשעות'דיגע קאראנער, האט עס אפגעקאסט פאר די בריטישע שטייערצאלער אזויפיל ווי 240 טויזנט פונט. די ציפערן, וועלכע די עסקנים האבן דורך א געריכט פארארדענונג געצוואונגען דעם קעמדען קאונסיל ארויסצוגעבן, צייגן אז עס האט שוין אפגעקאסט פאר דער בריטישער רעגירונג צענדליגער טויזנטער פונט צו פארטיידיגן די קאראנער פון פארשידענע לעגאלע טענות וואס זענען אריינגעגעבן געווארן קעגן איר אין לויף פון די יארן. עסקנים ברענגען ארויס אז דאס צייגט ווי לעכערליך עס איז פאר דער רעגירונג איר צו ערלויבן ווייטער צו פארבלייבן די קאראנער אינעם אידישן געגנט, וואו עס וועלן שטענדיג זיין טענות אויף איר, צוליב איר האס קעגן רעליגיע, און דעריבער וואלט בעסער געווען אז מען פארשיקט איר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל