וואשינגטאן – די "רויטערס" נייעס אגענטור האט נעכטן געברענגט פון 3 קוועלער, וועלכע זאגן אז אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט ליגנט געזאגט אונטער שבועה פאר'ן סענאט. סעשאנס האט דערציילט פאר'ן סענאט אז אין מערץ יאר 16', ווען עס איז פארגעקומען א טראמפ קאמפיין זיצונג און דער ראטגעבער דזשארדזש פאפאדאפולוס האט אויפגעברענגט אז קאמפיין באאמטע זאלן זיך אראפזעצן מיט באאמטע פון דער רוסישער רעגירונג, האט ער (סעשאנס) זיך ארויסגעשטעלט שארף דערקעגן און געזאגט אז ס'איז נישט פאסיג מ'זאל זיך טרעפן מיט די רוסן. לויט "רויטערס", וועלכע האט געהערט פון 3 וועלכע זענען געזעסן ביי יענער מיטינג, זאגט סעשאנס ליגנט, ווייל ער האט בכלל נישט ארויסגעזאגט קיין ווארט קעגן פאפאדאפולוס' פארשלאג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל