א סטאטיסטיק פון אן ארטיגער אידישער קערפערשאפט ווייזט, אז די צאל אנטיסעמיטישע אטאקעס אין האלאנד איז פאראיאר געשטיגן מיט פערציג פראצענט.

די סטאטיסטיק, וואס נעמט אין חשבון אזעלכע אינצידענטן וואס זענען געקומען באגלייט מיט וואנדאליסטישע אקציעס, ווייזט אז ווילדע שנאת ישראל אקציעס אין האלאנד שטייען ביים העכסטן פונקט אין צען יאר.

די ציפערן זענען פארעפנטליכט געווארן אין דער זעלבער צייט וואס רוב פאליטישע פארטייען האבן גערופן אונטערצונעמען שטרענגערע מיטלען צו באקעמפן אנטיסעמיטישע אטאקעס אין לאנד.

א היפשער פראצענט פון די אנטיסעמיטישע אקציעס איז דורכגעפירט געווארן דורך מוסולמענער, מיט'ן לעצטן אזא אקט מיט עטליכע חדשים צוריק, ווען א האלענדעשער מוסולמענער האט וואנדאליזירט א כשר'ן רעסטאראנט אין אמסטערדאם.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל