די טראמפ אדמינסטראציע גרייט זיך אין די קומענדיגע טעג צו ארויסלייגן א פלאן וויאזוי זיך צו ספראווען מיט א דראג עפידעמיע וואס פלאגט אמעריקע, ספעציעל די אפיאד סארט וועלכע דינט אלס לעגאלע דראג צו לינדערן שמערצן אבער עס האט זיך אנטוויקלט א גרויסע שווארצע מארקעט ארום דעם און עס ווערט געשאצט אז מיליאנען אמעריקאנער זענען עדיקטעד דערצו, און הונדערטער טויזנטער האבן שוין פארלוירן זייערע לעבנס צוליב דעם פארשאלטענעם סובסטאנץ.

פרעזידענט טראמפ האט ביי זיין קאמפיין פאשפראכן צו נעמען דעם פראבלעם גאר ערנסט, און האט עטליכע מאנאטן נאכ׳ן אריינקומען אין אמט עס דערקלערט אלס א ״נאציאנאלע עמערדשענסי״ און צוגעזאגט צו זיך נעמען דערצו מיט׳ן פולסטן קראפט.

דער פרעזידענט גרייט זיך צו פארשטעלן זיין פלאן דעם מאנטאג אין ניו העמפשיר, א סטעיט וואס איז שטארק געפלאגט פון דעם עפידעמיע, די פלאן נעמט אריין מער מעדיצינישע הילף פאר די וועלכע זענען פארקויפט צום דראג זיך צו אפגעוואוינען, א ספעציעלע טעסק פארס פון די יוסטיץ דעפארטמענט געווידמעט צו באקעמפן אנליין פארקויף, און די מערסט קאנטראווערסיאלע פונקט איז די מעגליכקייט פאר געוויסע דראג הענדלער צו באקומען טויט שטראף פאר פארלעצונגען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל