ווען א פאציענט קומט אן אין שפיטאל מיט סטראוק סימפטאמען וועלן די דאקטוירים אלעס איבערלאזן און באלד באהאנדלען דער פאציענט. פון די מינוט וואס א סטראוק באטרעפט א פאציענט איז יעדע מינוט קריטיש, דאקטוירים האבן בלויז קארגע 6 שטונדן צו קענען אויפשטאפן די אדערן אין מוח און דערמיט פארמיידן פערמענאנטע שאדן.

א פרישע שטודיע איז אצינד פארעפענטליכט געווארן וואס צייגט אז דאקטוירים וועלן פון איצט און ווייטער פארדינען מער צייט צו באהאנדלען דער סטראוק-פאציענט, און דער מוח וועט נאך קענען אפגעראטעוועט ווערן טראצדעם וואס ס'איז שוין אריבער די 6 שטונדן.

ווי דאקטוירים זאגן וועט דער היסטארישע אנטוויקלונג ברענגען מאסיווע טוישונגען צו די ביז-איצטיגן מהלך וויאזוי שפיטעלער באהאנדלען סטראוקס, א צושטאנד וואס ווערט באצייכנט אלס דער הויפט-אורזאך צו פאראליז און טויט, ר"ל.

דאקטוירים האבן אלעמאל געגלויבט אז זיי פארמאגען קארגע 6 שטונדן צו קענען אפראטעווען דער מוח אין פאל זי פארלירט בלוט-צירקולאציע ווען א הויפט אדער אין די מוח איז בלאקירט. דער נייער שטודיע דערציילט אז דאקטוירים וועלן איצט פארמאגען מער פון 16 שטונדן אין געוויסע פעלער; אין צוגאב צו די אויבן-דערמאנטע שטודיע איז דורכגעפירט געווארן א צווייטע שטודיע אויף א אנדערע גרופע פאציענטן וועלכע האבן געליטן א סטראוק, און דארטן האט מען גאר געזען אז ביי געוויסע פאציענטן האט מען אפילו געקענט ווארטן אזוי לאנג ווי 24 שטונדן צו באהאנדלען דער פאציענט אנדעם וואס דער מוח זאל פערמענאנט אפעקטירט ווערן. ווי א פארשער וואס האט אנטייל גענומען אין דער שטודיע דערציילט, זענען די שטודיעס געקומען צו א ענדע פריער ווי געפלאנט וויבאלד זיי האבן זיך געיאגט איבערצוגעבן די דערפרישנדע נייעס צו דאקטוירים.

"מיר האבן אלע געלעבט אין א פאטאלן טעות ביז היינט", דרוקט זיך אויס גרעגארי אלבערס, א מוח פראפעסאר ביי די "סטענפארד אוניווערסיטי מעדיקל צענטער". ער זאגט אז אין די צייט וואס מען האט געגלויבט אז ביי געוויסע פאציענטן וועלן געוויסע טיילן אין דער מוח אפשטארבן באלד ווען א סטראוק פאסירט, ווערט מען אבער איצט געוואויר אז אנדערע גרעסערע אדערן נעמען איבער די לייצעס און זיי פיטערן די באטרעפנדע טיילן פון דער מוח וואס האט פארלוירן בלוט און אקסעדזשין, דאס גוט פאר דאקטוירים מער שטונדן אפצוראטעווען דער מוח. "דער נייער ערפינדונג וועט האבן א דראמאטישע אפעקט וויאזוי סטראוק פאציענטן ווערן אפגעשאצט און באהאנדלט." פארענדיגט דער פראפעסאר מיט קענטליכע אפטימיזם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל