איר פארשטייט נישט די קשיא? נו, ווער האט דען צייט ערב שבת הגדול מיטצוהאלטן די נייעס..? און ווייטער מוצשב"ק איז דאך געווען געסקעדשעלט אז מען גייט כשר'ן די קיטשען..., נא, האט מען ווייטער נישט געקענט מיטהאלטן די נייעס, אבער איך האב דאך א תפקיד, איך דארף ברענגן פאר די טויזענטער ליינער פון 'קול ברמה א שיינע זאפטיגע אנאליז, נו, גנב'ט מען אראפ צייט וואס מען האט נישט, כדי צו זען וואס עס גייט פאר אויף די וועלט, און גראדע גייט פאר אסאך מעכטיגע נייעס אין די טעג, דאס איז שוין אזא טראדיציאנאלע 'מעשה שטן' וואס איך האלט שוין מיט אסאך יארן.., ערב פסח אדער חודש תשרי אדער די וואך פון שבועות וועט זיין אזוי פיל נייעס אז מען ווייסט נישט וועלכע נייעס צו דעקן ערשט, און די נייעס וועט אויך זיין זאפטיג און דזשוסי.., אבער אזוי אינמיטן חודש טבת ווען אלעס איז שטיל און רואיג, און דער עולם פייגערט פאר עפעס א נארמאלע שטיקל נייעס, פונקט דעמאלט'ס וועלן אלע וועלט לענדער איינרוען, קיינער מאכט נישט קיין אינטערנאציאנאלע קריזיסן, וואשינגטאן אפערירט ווי געהעריג, עס זענען נישטא קיין שום סקאנדאלן, און מען קען נאר שרייבן פון עפעס א באס וואס איז סטאק געבליבן צוליב א מאנגל פון געז..., אבער ראה זה פלא, אזוי ווי עס ווערט די וואך פון פורים נעמט זיך די וועלט פארן אויף רעדער.., און די אינטערסאנסטע נייעס וועט געווענליך פאסירן אזוי פורים ביינאכט..., נו, איז עס נישט 'מעשה שטן'? נו שוין, מיר אבער וועט דער שטן נישט געווינען...

בילד



איז אזוי, פרייטאג פארמיטאג האט גאנץ אמעריקע איינגעהאלטן זייער אטעם, און די פאליטישע אנגעצויגענקייט האט מען געקענט שניידן מיט א מעסער, נאך בערך דריי שעה האט אמעריקע אנגעהויבן צו אטעמען ווי געווענליך..., אבער די שאדנ'ס פון דעם אינצידענט זעט מען נאך אן ביז יעצט.., אויב וועט איר שפירן א מאנגל אין אקסעדשען אין די יעצטיגע ערב פסח טעג, נעמט זיך דאס מן הסתם פון די פאר שעה וואס אמעריקע האט איינגעהאלטן איר אטעם......, או קעי, איך וועל אייך מער נישט פייניגן מיט מיינע זיסע וויצן.., לאמיר זיך נעמען לגופו של ענין. דעם פארגאנגענעם פרייטאג צונאכט'ס איז געווען דער דעדליין וואס דער פריעדיגע צייטווייליגע בודזשעט וואס קאנגרעס האט באשטעטיגט האט געדארפט אפלויפן, אויב זאל מען ווען נישט האבן געהאט א באשטעטיגטע בודזשעט ביז דעמאלט'ס, דאן וואלטן מיר יעצט געווען אינמיטן פון א געהעריגע 'שאטדאון', קאנגרעס האט טאקע גענומען די ריכטיגע שריט דאס צו פארמיידן, און העפטיג געארבעט צו באשטעטיגן א פרישע שפענדונג ביל אויף נאך אפאר חדשים, און טאקע די וואך האט  קאנגרעס אדורכגעפירט אין ביידע הייזער א מאסיווע שפענדונג ביל אין די ווערט פון 1.3 טריליאן דאלאר, יא, איר האט גוט געליינט, 'טריליאן' מיט א ט'.., דאס איז א ריזיגע שפענדונג ביל, און אנדערש ווי ביז אהער איז דער יעצטיגער ביל גענוג פאר גאנצע זעקס חדשים, )די יערליכע פעדעראלע בודשעט באשטייט פון ארום דריי טריליאן דאלאר, און פון היי יאר 2018 האט מען שוין באשטעטיגט בערך צויי טריליאן.

בשעת ווען קאנגרעס האט באשטעטיגט דעם ביל איז געווען א גרויסע שמחה אין די פאליטישע אמעריקאנע קארידארן, קודם כל אז מען האט געקענט אדורכפירן א ביל אין ביידע הייזער פון קאפיטל היל און עס איז דא א בודשעט, און נאכדעם אז עס איז א 'לאנגע בודזשעט', דאס טייטש אז עס קלעקט פאר כאטשיג א האלבע יאר, )און נישט ווי די לעצטע תקופה, ווען מען האט באשטעטיגט נאר גאר קורצע בודזשעטן, וואס איז קוים געווען גענוג פאר א דריי פיר וואכן(, און האפענטליך וועט מען נאך איין טאג קומען צום שכל און אויפוואקסן, און אנהייבן צו באשטעטיגן א געהעריגע בודזשעט גענוג פאר א גאנץ יאר. )איר האט שוין אמאל אזאנס געהערט? א בודזשעט פאר א גאנצע יאר? מאדנע מענטשן...(. בקיצור די שמחה איז געווען שטארק. אבער דעם פרייטאג אינדערפרי האט פרעזידענט טראמפ אויפגעשאקלט וואשינגטאן, לאזענדיג פאלן א מאכטפולע באמבע, זאגענדיג אז ער וועט וועטאירן דעם בודזשעט, צוליב זיין שטארקע אומצופרידנהייט פון דעם. טראמפ'ס אפיציעלע טענה איז געווען, אז דער בודזשעט פארמאגט נישט קיין געלט פאר זיין 'וואנט', אדער על כל פנים גענוג וויפיל טראמפ וואלט געוואלט, און טראמפ האט באשולדיגט די דעמאקראטן אין נישט וועלן קומען צו א דיל, בו בזמן ווען ער האט יא געוואלט אויסארבעטן מיט זיי א דיל וועגן 'דאקא', "עס אינטערסירט אפילו נישט פאר די דעמאקראטן דער מצב פון מיליאנען קליינע קינדער" האט טראמפ געשריבן אין א טוויט, "ווען יא, וואלטן זיי שוין לאנג געהאט א נייע דאקא געזעץ, און איך וואלט געהאט מיין וואנט".

און פארגעסט נישט, קאנגרעס איז זיך שוין געהאט צוגאנגן אויף אורלויב, און דער פרעזידענט'ס כונה איז נישט געווען אז קאנגרעס זאל אדורכפירן לעצט מינוטיגע ענדערונגען אין דער בודזשעט, ממילא מוז זיין אז ווען דער פרעזידענט שיקט ארויס א מעלדונג 13 שעה פאר די דעדליין פונעם בודזשעט ענדונג אז ער גייט וועטאירן דער נייע בודזשעט, אז ער מיינט עס ערנסט, ווייל וואס דען קען דער פרעזידענט וועלן ערייכן מיט אזא מעלדונג, קאנגרעס קען שוין נישט טוישן זייער פארגעשלאגענע בודזשעט, און דער בודזשעט לויפט אפ היינט נאכט, סא, וואס וויל דא דער פרעזידענט סיידן אויב ער מיינט עס ערנסט אז ער גייט טאקע נישט באשטעטיגן דעם נייע בודזשעט. און אזוי האט טאקע וואשינגטאן עס פארשטאנען, ווייל אין די דריי שעה פון ווען טראמפ האט געמאכט די מעלדונג אז ער גייט וועטאירן די בודזשעט, זענען אלע אין וואשינגטאן ארומגעגאנגן זייער צורודערט, ס'טייטש דער צווייטע שאטדאון אין בלויז אפאר חדשים....?

אבער בלויז דריי שעה שפעטער האט טראמפ אין א גענצליך אומערווארטעטע שריט, אינגאנצן צוריקגעדרייט דער זייגער, ער האט אין א 'טוויט' געלאזט מעלדן לעם היושב באמעריקע אז ער גייט יא באשטעטיגן דעם נייע בודזשעט, און כאטשיג ער איז זייער אומצעפרידן פון דעם ביל צוליב וואס עס איז נישטא קיין דיל איבער דער 'וואנט' און 'דאקא', דאך אבער איז דא אין דעם ביל אסאך גוטע זאכן, למשל דאס אז דער מיליטער האט געקריגן א שטארקע העכערונג, און בכלל קען ער נישט איבערלאזן דעם מיליטער אן קיין בודזשעט..., ממילא טוט ער יא באשטעטיגן דעם בודזשעט. דער פרעזידענט האט אבער נישט אויסגעלאזט דער געלעגענהייט נאכאמאל אריינצושניידן אין די דעמאקראטן, זאגענדיג: "ווארשיינליך גייט עס גאנץ קנאפ אן פאר די דעמאקראטן, דאס אז עס זענען דא מיליאנען קליינע קינדער אין אמעריקע וואס זענען אין א געפאר פון ווערן דעפאטירט, זיי ווייסן זייער גוט אז אין דער רגע וואס זיי ווילן, איז דא א דיל איבער 'דאקא' און דער 'וואנט", טראמפ האט צוגעענדיגט: "איך באשטעטיג טאקע יעצט דער בודזשעט, אבער איך טו עס מיט א שווער הארץ, און איך לייג צו אז עס איז דאס לעצטע מאל וואס איך טו עס, קיינמאל נאכאמאל וועל איך באשטעטיגן א שפענדונג ביל אויב עס פארמאגט נישט גענוג געלט פאר מיין וואנט".

דאס איז געווען א גרויסע וואונדער ביי אלעמען, ווייל יעדער האט פארשטאנען אז עס איז נישטא אין דעם פרעזידענט'ס ווערטער כדאי להשיב, און אז די אלע טעמים וואס ער געבט אן אין דער 'טוויט', איז סתם אבי געטראפן א תירוץ, ווייל האט ער דען נישט געוויסט די אלע זאכן דריי שעה צוריק ווען ער האט געלאזט פאלן דער באמבע אז ער שטימט נישט אויפן ביל? האט ער נישט דאן געוויסט אז מען קען נישט לאזן די מיליטער אן א בודזשעט, און האט ער נישט געוויסט אז דער בודזשעט פארמאגט א שיינע העכערונג פאר די מיליטער? נו, מוז דאך זיין עפעס א אנדערע ענין וואס האט געמאכט טראמפ צוריקדרייען דעם זייגער, סא וואס איז עס? דאס מוז דאך זיין עפעס שטארק אינטערסאנט...

לעניית דעתי, איז טראמפ פון דער ערשטע מינוט נישט געווען ערנסט ביי זיין סטראשע, ווייל אויב יא, פארוואס האט ער געווארט ביז פרייטאג ווען מען קען שוין גארנישט טון דערוועגן, ער האט דאך שוין געוויסט אנפאנג וואך אז מען האט נישט אויסגעארבעט א דיל, וויל ווען יא וואלט ער דאך געוויסט דערפון, איז פאר וואס האט ער געווארט ביז פרייטאג אינדערפרי צו מעלדן אזא דראמאטישע מעלדונג? נאר דער תירוץ איז אז טראמפ איז קיינמאל נישט געווען עכט דערביי, ער האט טאקע געסטראשעט אז ער גייט נישט אונטערשרייבן אויף דער ביל, אבער טיף אינעווייניג האט ער געוויסט אז ער גייט עס צום סוף יא דארפן אונטערשרייבן, אבער זאל עס כאטשיג זין אויף א אופן וואס ער קען קאפיטילירן פון דעם, פאליטיש און פארטייאיש.

דהיינו, דאס אז ער האט אנגעמאכט א קריזית איבער דער אומבאשטעטיגקייט פון דאקא, דאס איז ממש א מעסער אין רוקן פאר די דעמאקראטן, א רעפובליקאנער פרעזידענט איז לוחם פאר די ליבעראלע דאקא? די דעמאקראטן האבן זיך נישט געוויסט ווי אהינצוטון פרייטאג, מיט דעם האט טראמפ אריבערגעפירט די אחריות פון דער פרשה צו דער דעמאקראטנ'ס קאנטע, אצינד ווייסט יעדער אין גאנץ אמעריקע אז ער האט געוואלט אויסארבעטן א דיל און די דעמאקראטן האבן נישט געוואלט, און דאס האט טאקע טראמפ געוואלט אז יעדער זאל דאס וויסן, און אזוי אויך האט ער זיך אראפגעמאלן ווי איינער וואס פארשטייט ווען מען דארף נאכגעבן, און אז ער איז נישט איינער וואס קעמט אלט'ס 'קאפ אין וואנט אריין'...

אנדערש וואלט אבער געווען ווען ער שרייבט גלייך אונטער דער בודזשעט אן קיין שום פראבלעמען, וואלטן די אלע מעסעדזשעס נישט ארויסגעקומען בכלל, און קיינער וואלט דאס נישט אויפגעכאפט, נא, איז וואס טוט מען? מען דרייט אן א קריזיס, גאנץ אמעריקע גייט כאדראם, און נאכדעם שטעלט מען זיך ארויס מיט גרויס העלדישקייט און מען ראטעוועט דער מצב, און דער עיקר ער האט אריינגעקריצט אין די אמעריקאנער'ס הערצער די מעסעדזשעס וואס ער האט געוואלט אז זיי זאלן הערן. שוין, יעצט אז עס איז שוין ב"ה דא א בודזשעט, אפשר וועט מיין 'טעקס רעטורן' טשעקעל נאך אנקומען פאר פסח, אפשר... נייעס חדש וועלטליכע נייעס חרידישע נייעס לאקאלע נייעס ביזנעס נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל