א פראגמענט פון איינער פון די מיסטעריעזסטע מגילות ים המלח איז נארוואס ארויסגעשטעלט געווארן צום ערשטן מאל פאר דער עפנטליכקייט.

די מגילה, וואס אנטהאלט פרטים איבער סיפורים פון ספר בראשית וואס ווערן נישט דערמאנט אין דער תורה, איז ארויסגעשטעלט געווארן אין דער 'מוזעאום ישראל' אין ירושלים.

דאס איז דער איינציגער קאפי פון דער מגילה, וואס איז ווי אנגענומען געווארן דארט אוועקגעשטעלט געווארן דורך דער קריפטישער 'איסיים' סעקטע, וואס האבן זיך דארט אויפגעהאלטן אינמיטן דער תקופה פון צווייטן בית המקדש.

די מגילה, וואס איז געשריבן געווארן אינמיטן תקופת בית שני, האט זיך מיט עטליכע צענדליגער יארן צוריק אפגעזוכט מיט א צאל אנדערע אזעלכע מגילות אין היילן אינעם מדבר יהודה, נישט ווייט פונעם ים המלח.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל