א בארימטער געזעץ פראפעסאר פון הארווארד אוניווערסיטעט האט דערקלערט אז לעגאל איז נישט געווען קיין שום סיבה אויפצונעמען א ספעציעלן אויספארשער אויף די חששות פון טראמפ'ס אנגעבליכער צוזאמארבעט מיט דער רוסישער רעגירונג דורכאויס די פארלאפענע וואלן.

פראפעסאר אלען דערשאוויץ האט אנגעוויזן, אז כדי צו בארעכטיגן דאס אויפנעמען ראבערט מולער אויסצופארשן מעגליכע פארבינדונגען צווישן רוסלאנד און דעם טראמפ-קאמפיין, האבן געדארפט זיין גענוג באווייזן אז עפעס איז דא פארגעקומען. היות אזעלכע באווייזן זענען נישטא, איז דאס אויפנעמען א ספעציעלן אויספארשער קעגן די יסודות פון יוסטיץ און געזעץ, טענה'ט דערשאוויץ.

דער פראפעסאר, א דעמאקראט, האט צוגעלייגט, אז דער אומדערזאגטער מעסעדזש צו מולער מיט'ן אים געבן די אויפגאבע איז געווען אויסצוזוכן פארברעכנס אפילו ס'איז נישטא קיין סיבה צו טראכטן אז זיי זענען באגאנגען געווארן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל