יר ווייסן אז זיך וואלגערן אין בעט איז היבש אומבא׳טעמ׳ט, נאך ארגער איז זיך צו ארומדרייען צומארגנס פארמאטערט און מיד. אבער שלאפלאזיקייט איז מער פון דעם, שטודיעס צייגן אז א מאנגל אין שלאף קען האבן ווייגרייכנדע פאלגן אויף אייער געזונט.

אבער די גוטע נייעס איז אז שלאפלאזיקייט איז נישט קיין כראנישע מחלה, און קען באהאנדלט ווערן רעלאטיוו גרינגערהייט, און די וועלט פון מעדיצין קומט נאכאנאנד ארויס מיט נייע און מער פארגעשריטענע מעטאדן דאס צו באהאנדלן.

עס איז גאר וויכטיג צו באהאנדלן שלאפלאזיקייט, און נעמען ערנסט סימפטאמען פון אינסאמניע, אויסער דעם וואס אז איר זענט פארמאטערט זענט איר ווייניגער פראדוקטיוו קען דאס האבן א עפעקט אויף אייער פיזישן און גייסטישן צושטאנד פיל מער ווי איר קלערט.

לעצטערע שטודיעס פארבינדען אינסאמניע צו: דיפרעסיע, אנעקזייעטי, דאס ברענגט צו אנטוויקלן דייעביטיס. עס קען פירן צו פעטקייט און פראבלעמען מיט׳ן פארדייאונג סיסטעם, א פארלוסט אין אפעטיט און אזוי אויך אין די מח פונקציעס ווי זכרון און קאנצעטראציע.

בילד




וואס ברענגט שלאפלאזיגקייט 

שלאפלאזיקייט, אדער איר ענגלישע טערמין ״אינסאמניע״ איז נישט בלויז שלאפלאזיקייט, אפילו איר פארברענגט 8 שטונדן אין בעט קען נאך אלס זיין אז איר ליידט פון אינסאמניע אויב איר שפירט זיך פארמאטערט ביים אויפשטיין. שלאף איז נישט בלויז קוואנטיטעט נאר אויך קוואליטעט, עס קען זיין אמאל אז גוטע זעקס שטונדען איז בעסער פון 8 שטונדן פון שוואכע שלאף.

אינסאמניע קען שטאמען פון פארשידענע סיבות, טיילמאל פיזישע פראבלעמען ווי אטעם שוועריגקייטן, אלערגיעס, נירן פראבלעמען.

אבער אין רוב פעלער נעמט זיך עס פון אן אינערליכע אומרואיגקייט וואס קען שטאמען פון איבערגטריבענע זארג, דיפרעסיע, פחדים און אנעקזייעטי.

דעריבער איז צום ערשט וויכטיג צו באהאנדלן די סיבות דערצו, וויאזוי לינדערט מען סטרעס (איבער דעם אין די קומענדיגע געזונט ביילאגעס) וויאזוי לינדערט מען דאגות און פחדים (פרובירט אביסל אמונה און בטחון) און מאכט זיכער אז די שלאפצימער איז טאקע צוגעפאסט פאר א רואיגע נאכט שלאף.

אויב איר האט פרובירט צו פארבעסערן די שלאף דורך די אויבנדערמאנטע עצות, און דאס וואס מיר דיסקוטירט אין די פריערדיגע נומערן, און איר שפירט זיך נאך אלס שוואך אין מיד איבער׳ן טאג איז ראטזאם צו רעדן מיט א ספעציאליסט צו דערגיין אויב איר ליידט נישט פון כראנישע אינסאמניע און טאמער יא טרעפן א וועג דאס צו באהאנדלען ווייל ווי דערמאנט קען דאס פירן צו א אומבאלנסירטע לעבנסשטייגער און אפילו צו שווערע מחלות ה״י.


די ״שעדליכע צירקל״ 

טיילמאל נאך א לעגנערע צייט וואס די שלאף צירקל איז שוין צומישט שאפט זיך אן אומבאלאנס אין מח און אפילו ווען די סיבה גייט אוועק בלייבט איבער א פראבלעם פון שלאפלאזיגקייט צוליב דעם וואס די פראגראם פון מח איז צושטערט.

טיילמאל פרובירן מענטשן צו איבערקומען די מידקייט מיט פארשידענע מיטלן, אבער דאס שאפט א ״שעדליכע צירקל״ אין וועלכע די מיטלן טוען אייגנטליך שטערן פון זיך צוריק איינהאנדלן א געזונטע שלאף רוטין.

דעריבער פארגעסט נישט אז זיך איינהאנדלן א געזונטע שלאף געוואוינהייט איז א פראצעדור, אז איר וועט טרינקען אסאך קאווע היינט וועט עס אייך מעגליך העלפן דורכשטופן דעם טאג, אבער עס קען אייך נעמען יארן צו פארריכטן די שאדנס פון איבערגעטריבענע באנוץ פון קאפאין, אין אלגעמיין איז ראטזאם נישט צו טרינקען קאווע זעקס שטונדען פאר׳ן גיין אין בעט.

לייגט אייך שלאפן אויף צייט אן קיין שטערונגען, אפילו איר ווייסט אז איר וועט נישט איינשלאפן, נעמט נישט קיין ספר אדער ביכל, און אוודאי נישט קיין סמארטפאן אין בעט, טראץ וואס איר ווייסט אז איר וועט זיך וואלגערן לאנג אין בעט, מאכט זיכער אז די בעט איז געאייגנט בלויז פאר שלאף, און גייט אהין יעדן טאג אין א באשטימטע צייט.

נעמט ״נישט״ קיין גלעזל וויין אויף צו איינשלאפן, אסאך מענטשן וועלכע ווילן נישט נוצן קיין שלאף פילן וועלן אנשטאט דעם נעמען א גלעזל וויין פאר׳ן גיין שלאפן, דאס קען טאקע העלפן מיט די אומבאקוועמליכקייט פון זיך וואלגערן אין בעט, אבער איר וועט נישט אויפשטיין די נעקסטע טאג מער אויסגערוהט, און איר טרענירט אייער קערפער צו זיך פארלאזן אויף אלקאהאל.

״אומרואיגע קני סינדראם (RLS)״

עס איז מעגליך א רעלאטיוו אומבאקאנטע סינדראם, אבער שטודיעס צייגן אז ארום 10 פערצענט פון די מענטשהייט ליידט דערויף, די ״רעסטלעס לעג סינדראם״ איז דאס זלעבע וואס עס הערט זיך פון איר בוכשטעבליכע באדייט, א דיסארדער אין די נערוו סיסטעם וואס ברענגט דערצו אז דער ליידנדער דארף כסדר ריקן די קניען און דעריבער פירט עס אין רוב פעלער צו שלאפלאזיקייט.
 
מענטשן וואס ליידן דערויף קענען נישט האלטן די קניען (און טיילמאל אויך די ארעם) אן קיין באוועגונג, און טאמער זיי באוועגן נישט די קניען שפירן זיי א אומבאקוועמליכקייט, די סינדראם באטרעפט יעדן איינעם פון די ליידנדע אנדערש, ביי טייל איז עס גאר שארף און זיי קענען נישט האלטן די קערפער רואיג פאר צוויי מינוט און פאר אנדערע נעמט צען מינוט ביז ווילאנג זיי הייבן אן ״שׁפרונגען״.
 
עס איז אנגענומען אז דאס איז א גענעטישע פראבלעם וואס לויפט טיילמאל אין פאמיליעס, אבער טיילמאל אנטוויקלט מען עס צוליב אנדערע געזונט פראבלעמען, און אזוי אויך קען עס זיין א זייטיגע עפעקט פון פארשידענע פסיכיאטרישע טאבלעטן, ספעציעל אנטי-דעפרעסאנטס. עס קען אויך ארגער ווערן פון אלקאהאל באנוץ.

היילונג און באהאנדלונג

דאקטוירים האבן א רייע מעדיצינען וועלכע זיי פארשרייבן אין פאל פון RLS טייל פון די מעדיצינען זענען אזעלכע וועלכע קענען עפעקטירן דעם קלארקייט פון מח און איז דעריבער ראטזאם צו פארמיידן, אבער געזונטהייט עקספערטן זאגן אז דאס קען רעלאטיוו גרינג באהאנדלט ווערן אן קיין מעדיצין אויב איז מען גרייט צו פירן א געזונטערע לעבנס שטייגער.

אויב ליידט איר אויף דעם סינדראם: 
 פרובירט צו אויפהערן זיך באנוצן מיט קאפאין: יא עס איז שווער צו מוותר זיין אויף די קאווע אינדערפרי, אבער קען זיין אז מיט א בעסערע נאכט שלאף וועט איר מער נישט דארפן דעם קאווע אזוי וויכטיג.

הערט אויף רייכערן: אויב האט איר נישט געהאט גענוג סיבות צו אוועקווארפן דעם פארשאלטענעם ציגארעטל, דאן זייט וויסן אז פילע רויכערער וועלכע האבן געליטן אויף דעם סינדראם האבן וואונדערליך זיך אויסגעהיילט נאכדעם וואס זיי האבן אויפגעהערט צו רייכערן, דאס רייכערן טוט ברענגען מער סטרעס, וואס טוט ״טריגערן״ דעם סינדראם.

מאכט איבונגען: די סינדראם נעמט זיך טיילמאל פון א אנגעצויגנקייט וואס ליגט אין די ביינער און אין די מוסקלען, א רוטין פון טעגליכע איבונגען קען העלפן פאר די קערפער צו ארויסגעבן די דרוק און אזוי ארום איבערקומען דעם סינדראם.

נעמט א ווארימע באד: א ווארימע באד פאר׳ן גיין שלאפן קען בארואיגן די מוסקלען און די ביינער, א הויכע טעמפארעטור טוט אויסמוטשענען די ביינער און מוסקלען, די זעלבע קען מען אויך לייגן ״אייס-פעקס״ אויף די קניען פאר א וויילע, און דאס וועט אויך האבן אן ענדליכע עפעקט.

מאסאדש: רעגלמעסיג מאסאדשירן די קניען קען אויך פארגרינגערן די סימפטאמען, עס פעלט זיך אויס צו גיין צו א פראפעסיאנעלע טרענירטע מאסאדשיסט וועלכע ווייסט גענוי וואס צו טון פאר צו העלפן אין דעם ספעציפישן פאל.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל